בית פורומים כל העולם כולו

שיכור פון פרייד, אין חדר אריין... 40% אין ערשטן טאג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2006 05:11 לינק ישיר 
שיכור פון פרייד, אין חדר אריין... 40% אין ערשטן טאג!

ענק קענען די ניגון: שיכור פון פרייד, געזונטערהייט, גייען מיר אלע אהיים. צוריק אין חדר אריין, מיט משה'ן אליין, אמן ואמן ? ממש אזוי שפירט זיך דער עולם דא אין וויליאמסבורג היינט, ווי שיכור פון שמחה נאך די היסטארישע געהויבענע טאג וואס אונז האמיר היינט מיטגעלעבט. אנגעהויבן פון די הערליכע דאווענען מיט די ריזיגע עולם זקנים ונערים מיטן רבין שליט"א אין שפיץ אין ביהמ"ד המפואר אויף 13 הופער סטריט. נאכדעם ביי די אויסטערלישע הערליכע מעמד פון פתיחת המוסדות, וואו נאנט צו טויזנט קינדער זענען געזעסן מיט די ווייסע העמעדער, יעדע מינוט קומט אן נאך א באס וואס ברענגט די טייערע הייליגע תשב"ר פון אלע עקן פון די שטאט. די קנאקעדיגע דרשות פון די הנהלת המוסדות און די מנהל ר' יודא בער טעללער שליט"א, די בעסטע מנהל וואס סאטמאר האט נאר אמאל געהאט. די מוראדיג הארציגע גראמען פון די קינדערלעך, וואס האט באנומען די עולם ביז טרערן. די הייליגע דרשה פון רבין שליט"א, די יסודות אין חינוך וואס דער רבי האט גערעדט גראד צו די קינדער, די שארפע ווערטער צום עולם וועגן די פלייש מעשה, די התרגשות און פייער וואס נאר די סאטמארע רבי קען דאס אהערשטעלן. נאכדעם עקסטער די שיינע מסיבה אין ראוז קעסטל, די הארציגע ניגונים פון די קליינע קינדערלעך וואס האבן אנגעפילט די זאל, די טרערן אין די אויגן פון התרגשות פון יעדן איינעם, אריינגערעכנט די רבי שליט"א. און בעיקר די ערשטע טאג פון חדר וואס האט זיך אנגעהויבן אזוי דערהויבן, מיט אזא אבנארמאלע הצלחה, אפילו נאכנישט אלעס איז געווען אינגאנצן פארטיג. און די עיקר שבעיקרים, אז די עולם האט געזען ווי מער ווי פערציג פראצענט [40%!!!!!!!!] פון די סיגעטער 82 האבן זיך שוין ארויסגעשטעלט אין ערשטן טאג און געשריגן אז זיי זענען גרייט צו גיין אין פייער און אין וואסער אינאיינעם מיטן רבין שליט"א, אפילו אן קיין געהעריגע דאך איבערן קאפ, נישט קיין מסודרדיגע מוסדות, נאך אלע פרעשור און טעראר. 40% האט זיך שוין ארויסגעשטעלט פון די ערשטע מינוט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! על זה צהלתינו על זה שמחתינו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 19:06 לינק ישיר 

קען איינער מזכה זיין דעם עולם מיט א טעיפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 16:55 לינק ישיר 

די קנאקעדיגע בילדער פון "קונטיננטל מיט "ראוז קעסל

האט געוויזן וואס מיינט 40%




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 16:03 לינק ישיר 

דאס אינטערעסאנט'סטע איז געווען אז נאכדעם וואס מרן רבינו שליט"א איז אוועקגעגאנגען פון קאנטינענטאל, האט מען דארט מסדר געווען די קלאסן מיט זייערע מלמדים, לויט וואו און ביי וועם מ'האט געלערנט אין די אלטע קלאסן, און מ'האט אויסגעריפן - צוםביישפיל - ווער עס האט געלערנט ביי  ר' משה דוד שפילמאן גייט צו ר' מיכל בערקאוויטש, א.א.וו., צום סוף האט מען אויסגעריפן "ווער ס'איז געקומען פון אן אנדערע ת"ת, זאל גיין צו דעם ווינקל און דער מנהל וועט זיי מסדר זיין".
 
איך בין תיכף אהין געלאפן זעהן מי ומי ההולכים און ס'האבן זיך פארזאמעלט גענוי  11 קינדער! 
וועלעכע מ'האט - פארשטייט'זיך - מסדר געווען און די קלאסן לויט זייער יארגאנג. תוקן על ידי - טאראראם - 06/09/2006 16:11:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שיכור פון פרייד, אין חדר אריין... 40% אין ערשטן טאג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext