היינט ב"ה נאכען עפענען די חדר דער זעהט מען זיך מיט 3,174 קינדער די לעצטע פאר טאג האלט אין איין צו קימען קינדער ב"ה
די נאמבער 3,174 איז נישט פין פרי רעגעסטרעשון נאר באצלטע רעגיסטרעשון
יא 3,174 קינדער האט מען שוין ב"ה באצאלט
היינט האט זיך שוין אנגעהויבן די חדר פין כתה א' ביז כתה ט' דארט אליין איז געווען בערך 1,300 יונגלעך
מארגן עפענט זיך אי"ה די נערסערי אין קינדערגארטן
אין נעקסטע וואך עפענט זיך אי"ה די סקול פאר מיידליך
וואס א טאג ס'ריקט זיך קומען צו נאך קינדער
היינט אליין די טאג וואס די גרויסע קינדער האבן אנגעהויבן לערנען איז צו געקומען עטליכע קינדער דארט
וואס האט געברענגט די פיינעל נאמבער צו 3,174
ס'איז נאך דא א וואך ביז די סקול פאר די מיידליך עפענט זיך ביז דערווייל זענען צו געקומען יעדן טאג נאך קינדער וואס די טאטעס מאכן אפ נאכן זעהן די פאקט אז די מוסדות עפענט זיך מיט גרויס הצלחה ב"ה די לעצטע מניט יא יעצט אריבער צו לייגן
איך האב גענומען די נאמבערס וואס צוויי פון ענקערע שרייבערס האבן דא געשריבן (משמשבקודש און ווארהייט) אויב זאגסטו אז זיי האבן געהאט א טעות, וואס איז זייער טעות, די נאמבערס אדער אז זיי האבן נישט געשריבן וואס עס "דאַרף זיין"? און ווען די שרייבסט דא, איז עס וואס עס "דאַרף זיין" אדער דער אמת?
נשלח ב-7/9/2006 03:37
היינט 5 אזייגער נאכמיטאג האבן געהאלטן די נומבערס אזוי: סאטמאר 76 = 3192 קינדער סיגוט 82 = 4824 קינדער, די נומבערס זענען 100% קראנט, איך האב אין מיין האנט ביידע ליסטעס, דאס מיינט אז מיר האלטן די ערשטע וואך נאך בעפאר די מיידל סקול האט זיך געעפענט ביי איבער 41 פראצענט... נישט קיין ווינדער די זאלונים זענען אזוי צושאסן.
דרך אגב הבדלה מנין סתם פאר די אינפארמעישאן אינטער כיתה א' איז דא 3 יארגאנג'ס פרי נורסערי, נורסערי, און קינדערגארטן,
נשלח ב-7/9/2006 02:05
הבדלה
די האסט א גרויסן טועת אין טאמער האט דאס איינער געשריבן האט יענער געהאט די טועת
ווייל מיידליך דארף זיין עטליכע הינדערט מער ווייל ס'איז דא מער עידשס פין די 13 אין העכער וואס ביי די יונגלעך איז פין נאך די 13 נישט אין חשבון פין אינזער מוסד ווייל ס'איז אין די היכל קרן שער התורה
נשלח ב-7/9/2006 01:50
איינער האט מיר מסביר געווען אז ס'איז א פשוט'ער חשבון פון משה לייב דייטש.
ער האט געהאט געשריבן אין דער איד נאך די היסטארישע חתונה פון ר' יואל טייטלבוים בן כ"ק רבינו
שליט"א אז ס'זענען געווען צווישן דריי און צען טויזנט מענטשן.
יעצט האט ער אויך געלאזט פאלן א סטעיטמענט אז אין 82 איז דא צווישן דריי און צען טויזנט
קינדער, און די קאלקולעיטאר האט אויסגערעכנט אז דאס איז 7000 קינדער...
און אז פראפעסאר דייטש האט געזאגט קען דאך אנדערש נישט זיין... האבן זיי געשריבן 7000.
נשלח ב-7/9/2006 01:45
צוויי חדשים צוריק ווען די אזויגערופענע פרי רעגיסטרעשן האט געהאלטן ביי 3,092 קינדער האבן ענק געגעבן א ברעיקדאון פון 1,814 יונגלעך און 1,278 מיידלך.
דא שרייבסטו אז עטס האטס שוין 3,174 און אז עס איז דא בערך 1,300 יונגלעך פון כיתה א ביז ט.
נעם אראפ נאך בערך 1,300 פאר די מיידלך דאס לאזט איבער כמעט 600 פאר נורסערי און קינדערגארטן.
וועמען ווילסטו איינרעדן אז עס זענען דא 600 יונגלעך אין די צוויי כיתות אליין (א דריטל פון אלע יונגלעך).
ווען די ביסט מגזם רעכען אויס אז עס זאל שטימן, נישט סתם געווארפענע נאמבערס אז עס זאל זיך שווער גלייבן.
נשלח ב-6/9/2006 19:27
די האלסט אין איין איבער זאגן די זעלבע דזשאק אז פין אנהייב איז שוין געווען 3,200 קינדער ווער ס'ווייסט ווייסט אז ביי אינז איז געווען צוויי מאל א רעגיסטרעשן איין פרי רעגיסטרעשון וואס דארט האט מען נישט געדארפט צאלן געלט מ'האט נאר געוואלט זעהן בערך ווער ס'איז גרייט יעצט שוין ארויס צו נעמען זיינע קינדער דארט האבן זיך גלייך פין אנהייב אנגעקומען די נאמבער 3,200 נאכדעם האט זיך אנגעהויבן די געהריגע רעגיסטרעשון ווי מ'האט שוין געדארפט באצלן שכר לימד וואס דאס האט גענימען אביסל לענגער אנצוקומען ביז 3,200 אין מאנטאג נאכט האט שוין די נאמבער געהאלטן ביי 3.174 אין יא יעדן טאג זענען ביז דערווייל צו געקומען נאך קינדער
נאכדעם קומסטו מיט א חשבון וואס די זאגסט אז 82 האט איך וועל אויך שרייבן מיין חשבון פין 82 דער חשבון איז גאנץ גרינג, פון 82 זענען ארויסגעגאנגען מער ווי 3,100קינדער, פון אנדערע מוסדות אין ווילימסבורג זענען ארויסגעגאנגן בערך 100 קינדער. איז דא א "קנאפע" 7,000 קינדער נישט אזוי רעכענט מען?
אז די ווילסט מען זאל דיר גלייבן לייג א נאמבער וואס איז קרוב לאמת, נישט 40% מער. אנצוהייבן א נייע מוסד מיט 2,300 איז זייער שיין, עס פעלט נישט אויס צו געבן פאלשע נאמבערס.
דער חשבון איז גאנץ גרינג, פון סאטמאר זענען ארויסגעגאנגען ווייניגער ווי 1,900 קינדער, פון אנדערע מוסדות אין ווילימסבורג זענען ארויסגעגאנגן בערך 200 קינדער. לייג נאך צו די נורסערי קינדער וואס הייבן יעצטאן צו גיין האסטו דעם חשבון פון די בערך 2,300 קינדער וואס עטס האבן באמת.
אז די ווילסט איינרעדען דעם עולם אז עס זענען דא בערך 3,200 אפשר ביסטו מסביר פון ווי די איבריגע 900 קינדער זענען ארויסגעוואקסן, האט מען זיי אימפארטירט פון טשיינע? אדער פון מאנטשעסטער?