בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ערשטע וועכנטליכע צייטשריפט - תבא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2006 06:59 לינק ישיר 
ערשטע וועכנטליכע צייטשריפט - תבא

דער עולם ווארט שוין מיט שפאנונג צו זען דעם נייעם וועכנטליכן צייטונג וואס וועט מארגן זיין אין די געשעפטן, און לויט ווי מען שמועסט איז דא וואס צו ערווארטן און עס גייט זיין שטארקע סורפרייזעס.

מארגן אינמיטן טאג וועל איך אייך געבן א אפשאצונג און אנאליז איבער דעם נייעם צייטונג.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2006 00:57 לינק ישיר 

געזעהן די צייטשריפט

הערליכע ארבעט!

איינער האט געמוזט אררין לייגן א ים מיט געלט אין דעהם, סזעט זיך אהן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 22:42 לינק ישיר 

אמת און פארדעם האב איך זיך געוואנדן צו זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 22:27 לינק ישיר 

שושנת,

איך האב גראדע אויך געטראכט די זעלבע, און אויך געהערט פון אנדערע, אז כאטש עס איז ווערד מער ווי א פינעווער, איז אבער שווער ארויסצונעמען פון טייסטער אזא סכום יעדע וואך.

איך וואלט אויך ענדערש געוואלט, אז אנשטאט ארויסגעבן דעם צייטשריפט אויף אזא פארמאט, זאלן זיי זיך ענדערש מצמצם זיין אויף א געהעריגן צייטונג יעדע וואך, און יעדן חודש ארויסקומען מיט א דיקן צייטשריפט.

  
ווערביןאיך,

גאנץ א גוטער איידיע. אויב האסטו געזען דעם צייטשריפט די פארגאנגענע וואך, און האסט געליינט אנדערע צייטונגען, האסטו געקענט באמערקן א ריזיגער דיפערענץ אין דעם וועג ווי זיי האבן באריכטעט די נייעס.

אין קורצן איז עס געווען בערך אזוי,

די צייטונג, האט עס געשריבן קורץ און צום דבר.

דער איד, האט זיך סתם ארויסגעדרייט דערפון, אנגעבנדיג אז דאס געהערט פאר די רבנים אין שטאט דן צו זיין...

דער בלאט, האט אנגעפילט א שטויס מיט זייטן, הויפטזעכליך אז פפון די מעשה קען מען זען אז מען ברויך קויפן נאר אין זייער פלייש געשעפט...

אנדערש האט דער צייטשריפט עס באשריבן, מיט אינטערוויוען פון פארשידענע פערזענליכקייטן, איבערהויפט מיט די דריי גרויסע אין די השגחות ליין, ר' הלל וויינבערגער, נירבאטור, און ר' יושע כ"ץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 21:40 לינק ישיר 

איך וואלט פארגעשלאגען א פלאן פאר די צייטשריפט אז זיי זאלען אויפנעמען אינוועסטיגעיטיוו ריפארטערס.

אזוי אז ווען עס קומט אזא מעשה ווי די פלייש זאלען זיי זיך אריין לייגען אין די מעשה און אויספארשען אלע לגיונות וואס דרייען זיך ארום און אלע פאקטען וואס עס איז פארהוילען פונעם ציבור.

עס איז א שעת הכושר אפילו פאר א צייטונג אנצוהייבן א דרינגליכע אינוועסטיגעישאן וואס עס טוט זיך און די וועלט פון השגחת און כשרע מאכלים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2006 01:24 לינק ישיר 

אלזא, איך בין אין מאנטריאל [-ענדליך...] און איך וויל קויפן די ערשטע וועכנטליכע 'צייטשריפט', אבער ס'קאסט צו טייער... מ'רעכנט דא $8.75 פאר א קאפי... איך האב עס צוריק געלייגט... אויב ווילט איר מצליח זיין "אינטערנאציאנאל" דארפט איר זעהן אז ס'זאל זיין פאר א מעסיגע פרייז... קיינער וועט נישט צאלן קיין $8.75 פאר א וועכנטליכע צייטונג, בדוק ומנוסה! די מאקסימום וואס מ'קען בעטן איז 5 טאללער, און דאס איז שוין אויך אסאך, אנדערש וועט עס קיינער נישט קויפן!

געדענקט! די עיקר הכנסה פון א צייטונג איז די אדווערטייזמענטס... נישט די פאר גראצעס וואס דער לייענער באצאלט... און ווי מער לייענער איר וועט האבן, וועט מען מער אדווערטייזן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 09:48 לינק ישיר 

די רעדע איז פון א אידישער צייטונג בצורת "משפחה", ד.ה. עס וועט זיין 5 חלקים ווי פאלגענד:

1. "צייטשריפט" [מאגאזין, אזוי ווי "משפחה" פאר די אקטועלע זאכן אזוי ווי דברים העומדים על הפרק וכדומה]
2. מאגאזין "דער שטערן" [וואס האט זיך פאראייניגט מיט די נייע "צייטשריפט" (מער לענגערע באשרייבונגן איבער היסטארישע זאכן וכדומה)]
3. "פאמיליע צייטשריפט" [מאגאזין פאר פאמיליע אנגעלעגנהייטן, אזוי ווי "בתוך המשפחה" פון "משפחה"]
4. "קינדער צייטשריפט" [כשמו כן הוא]
5. "צייטשריפט" [צייטונג, אזוי ווי די "חדשות משפחה"]

די אויבנדערמאנטע האב איך געשריבן לויט ווי זיי האבן פארעפענטליכט אין די לעצטע אויסגאבע, ס'קען אבער זיין לעצטע מינוטיגע ענדערונגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 00:06 לינק ישיר 

פון וואס איז די רעדע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ערשטע וועכנטליכע צייטשריפט - תבא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext