בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הערליכע קידוש אין צפניה 17!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2006 20:34 לינק ישיר 
הערליכע קידוש אין צפניה 17!!!

דעם פארגאנגענעם שב"ק איז פארגעקומען די גרויסארטיגע הערליכע קידוש פאר די ניי געבוירענע jewgirl (טאכטער פון אונזערע חשובען מנהל שליט"א) וואס איז געפראוועט געווארען ברוב פאר והדר אינם געוועזענער היכל הישיבה פון ישיבת רש"י אין רחוב צפניה 17 אין ירושלים עיה"ק!


מה נאמר ומה אדבר?
איך ווייס נישט ווי אנצוהייבען...
איין זאך איז זיכער, אז איך געדענק נישט די לעצטע מאל מיטהאלטען אזא קידוש אויף אזא פארנעם אין ארץ ישראל....


Kedem וויין (144) און ספארקלינג גרעיפ זדשוס ווי אויך יעדע סארט וויין פון די פירמע ווייסע רויטע זיסע און זויערער...


טשולענט!
ווער קומט צו צי אזעלעכע לוקסעס ביי א קידוש?
ספעציעל בעטמט אנגעגרייט דורך ידידנו הדגול הר"ר חיים זאב טערקעלטויב הי"ו פון ירושלים עיה"ק,
א שטאלענט ממש מעין עולם הבא...


ספאנזדש קעיק!
נאך א זעלטענע זאך אין די קליינע ארץ ישראלדיגע קדישים...


מאטיאש הערינג!
(בסגנון אמרקאי)
איך ווייס נישט פון וועם אבער טאמער ס'איז געווען ביי דעם קידוש מיז עס קומען פון א ספעציעלע פלאץ?


ירושלמי קוגעל! (ווי נישט)
ווען איך בין געגאנגען (בערך 12:15) איז שוין געגאנגען א היבשע צוויי און אהאלב קוגלעך...


די עולם!
אלע שיכטען אלע קרייזען און אלע סייזעס/קאלירען
ליטווישע, חסידישע, ספרדישע, אשכנזישע, סאטמער, קרית יואל, וויליאמסבורג, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, דז'ירקא, תלמידי פריינד, באבוב, 45, 48, ירושלימער, און נאך סתם עמך...


אייייייייייייייי אייייייייייי אייייייייייייייי
מי שלא ראה קידוש זה לא ראה קידוש מימיו!!!


און צו דיר jewboy,
דער אייבישטער זאל דיר העלפען זאלטס זוכה זיין מגדל צו זיין דעם קינד און בקרוב נאך לתורה לחופה ולמעשים טובים וליר"ש ע"ד ישראל סבא בדרך החסידות, בבריות גופא ונהורא מעליא מתוך רב שפע והרחבת הדעת בפרנסה בניקל, אושר ועושר ירדפוך כך ימי חייך, אינאיינעם מיט די חשובע רעבעצען שתחי' עמו"ש זאלט איהר זעהן דור רביעי וחמישי אונטער די חופה אויף אייערע חשבון ברייטערהייט גליקלעכערהייט מיט פרייליכע הערצער!!!


ידידך המברך מעומק הלב,
ע.

תוקן על ידי - allnewspic - 11/09/2006 0:35:15



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2006 22:37 לינק ישיר 

נישט פון מאנסי און גרעיטער ניו יארק ב"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 03:48 לינק ישיר 

פון ווי איז געקומען די פלייש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 01:38 לינק ישיר 


די קידוש ב"ה איז געווען לעילא ולעילא לויט די גריסן וואס כ'האב צוריק געהערט.

דא איז א קליינע באריכט אויפן שפיץ גאפל.
געווען איז ביים קידוש די פאלגענדע
ירושלימער לאקשן קוגל, אווער נייט פאטעיטע קוגעל, פארשידענע סארט קעיק'ס, קדם גרעיפ דזשאוס, ספארקלינג גרעיפ דזשואס, קדם 144 וויין, פארשידענע זיסע און טרוקענע קדם וויין, פארשידענע באראן הערצאג'ס, שיבאס ריגל (געשיקט דורך א  אנ"ש מעמבער), פליישיגע טשולענט, אין די טשולענט איז געווען. מעהל קוגל, מארך ביינער, בהמה פלייש, הינער פלייש, טורקי פלייש, דריי קאלערדיגע בונדלעך, טשיק פיס, גערשטן. הערינג מיט מצה'קלעך, פארשידענע קאלער טרונקען, קאקא קאלע, און נאך.

די קידוש האט זיך אנגעהויבן ארום 11:30 און ס'האט זיך גענדיגט ארום 2:30 אפי' די זכרון משה אידן וואו איך דאווען יעדע וואך האבן געקענט קומען, געווען איז טאקע אזעלכע וואס זענען געקומען פארן דאווענען אנווינטשען מזל טוב, און אזעלכע נאכן דאווענען אין די שפעטע נאכמיטאג שעות, אזוי אויך זענען געקומען אין די שפעטע נאכמיטאג שעות אפאר יונגעלייט פון הרב מארגענשטערן'ס מנין, וואס וואו באוויסט ענדיגט מען דארט זייער שפעט צו דאווענען.
עס האבן זיך אנגעזעהן אידן פון אלע סארט קרייזן, ליטווישע, ספרדישע, חסידים. בעלזא, סאטמאר (ארונים זאלונים צוגלייך) גור, קרעטשינף, צאנז, באבוב, מחנובקא, סקוורא, לעלוב, ברסלב, און נאך.

דער עולם ב"ה האט גערוקט טעלער'ס טשולענט און קוגל, און געשאשקעט פון אלעם סארט טרונקען אז ס'איז כמעט נישט געבליבן.

די וואס זענען געווען קענען געבן א בעסערע באריכט, ווייל איך האב געהאט איין דאגה. אז ס'זאל זיין אויפן טיש פון אלעם און מיט א שפע, און טאקע ב"ה יעדע פאר מינוט האט מען געדארפט לייגן פון אלעם נאך.
ס'איז אויסגעגאנגען:
איבער 15 באטלעך גרעיפ דזשאוס, פאטעיטע קוגל פון איבער 25 קילו, געמאכט דורך חיים זאב (ווי נתן 101 האט געשריבן)  איאינעם מיט מיר דאנערשטיג א גאנצע נאכט. 8 קילו בונדלעך פארן טשולענט, 6 קילו מעהל פארן מעהל קוגל, איבער 20 באטלעך טרונקען, 5 קילו זויערע פיקל'ס, איבער 7 באטלעך וויין.

לאמיר האפן דער עיקר אז דער עולם האט הנאה געהאט און יעדער זאל האבן שפע ברכה והצלחה פון אלעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הערליכע קידוש אין צפניה 17!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext