| נשלח ב-11/9/2006 04:19 |
|
| |
נבלה מכשול פארברייטערט זיך שטארק ל"ע
עס קומט אן א ידיעה מחרידה אז פינקל הייבט אן צו זינגען און שלעפט אריין קעיטערערס פון בארא פארק אין די טינופת אז אויך די ס-ט זאל פון ב"פ וואס איינער ו' האט סערווירט סאפערס גאנץ זימער פאר אנשי שלומינו האט געהאט א שייכות צום געשעפט ווי אויך ----- מיט נאך יודן לא עלינו איך האף אז די שמועות זענען נישט אמת רח"ל
תוקן על ידי - כל_העולם - 11/09/2006 8:45:39
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2006 03:56 |
|
| |
העיקר חסר מן הספר ודא עקא ביי וועם איז דער משגיח איינגעשטעלט שטייט דא נישט. ווער גיט אים WAGES ווער גיט אים א RAISE ווער גיט אים VACATION וכו' וכו'.
וואס האט מען פון דעם אז דער משגיח האט שליסליך
און אויב ער באקומט זיין טשעק פון נירבאטור רב איז העיקר חסר מן המכתב זאל שטיין פאר וועם ער דינט.
העבר אין I"M DISAPOINTED
וואס הייסט מ'קען עס נישט אפשטעלן, מיט איין lawer's letter פון נירבאטור רב פארען סופער מארקעט קען ער צווינגען זיי אראפ נעמען דעם "פאלשען סטיקער" אז דאס פלייש איז נירבאטור פלייש
ס'איז נישט דא אז פירמע וואס הייסט "נירבאטור" די פירמע הייסט ALLE אדער MEAL MART דאס וואס דער סופער מארקעט לייגט ארויפ דעם נאמען פון בעל המכשיר איז נאר כדי צו פארבלענדען די אויגען פון די אידענעס!
שטעלט אייך פאר ווען ס'שטייט אויף פלייש פעקל "ALLE" אהן א הכשר קען ער נישט פארקויפען אפילו א צענטל פראצענט.. מ'מאכט דא געלט פון דוקא אידען וואס ווילען קויפען דאס בעסטע הכשר! און ברשות די בעלי מכשירים לאזט מען די קארופציע ווייטער אונגיין.
the same goes for KJ chicken
די גאנצע פראפעגאנדע פון KJ איז געווען געצילט אויף איין זאך, און נישט אז אלע אידען פון בארא פארק אין פלעטבוש אין לייקוואוד זאלען ווערן קאסטאמערס פון קהל יטב לב בוטשער, נאר ווען מ'גייט שאפּען אין סופער מארקעט זאל מער אריינווארפען אין שאפינג קארט א פעקל KJ, מיט נירבאטער פלאנקען.
איי דאס פעקעל כמו שהוא האט נישט קיין הכשר פון זיי ביידע ...שאאאאאא זאג נישט אויס.....
ביז דער רשע האט געמאכט א מעשה רשע אין איבער געקערט דעם מארקעט .... [פאר צוויי טאג.] נישט געזארגט די סופער מארקעטס קענען זאגען "מפטירין כדאתמול" דאס אז דער נירבאטור רופט נישט די סופער מארקעטס צו COURT אדער דין תורה מיט אן התראה ווייל
ITS ALL ABOUT THE MONEY
ליידער ליידער מיר אלע מיינען אז די institutional רבנים וועלען אונז מתקן זיין דאס איז דא דער טעות.
בריגעא חדא ובשעתא חדא קענען מיר געהאלפען ווערען אבער ליידער ליידער פני הדור...... תוקן על ידי - yohcee718 - 15/09/2006 4:00:37
תוקן על ידי - yohcee718 - 15/09/2006 4:01:19
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2006 00:10 |
|
| |
העבר אין, ביסט גערעכט אין נישט גערעכט
ביסט גערעכט, אז ביז היינט איז טאקע דאס געווען דער מצב
ביסט נישט גערעכט,צוליב צוויי סיבות
2}ווייל איהכ"נ מ'קען נישט טוישען די גאס אבער זיי דארפן פראבירן ציפרידען צי שטעלן די טויזענטער טויזנטער אידן וואס זענענן מקפיד צי קויפן דייקא זייער הכשר פאר די טויזענטער טויזענטער אידן דארפן זיי געבן פול סערוויס, קענסט זיך נישט פארענטפערו אז עס איז דא אסאך שוואכע וואס זיכען עס נישט, במציאות איז דא טויזענטער וואס זיכען עס יא, אין די בעל המכשיר, די מאכסט געלט פין די אלע אידן, שטעל זיך צי זיי אין דאס קען נישט געשען נאר אויב אלעס מעצט זיך ציזאם אינאיינעם
1} ווייל איך האלט אז מ'קען טוישען יעצט די מצב, איך וועל דיר געבן א ביישפיל ווי אזוי מען הייבט עס אן אויף א קליינער פארנעם במציאות קויפן היינט רוב היימישע אידן היינט אין געציילטע סופערמאקעטס, אין מאנסי איז עס הצלחה,שאפערס העווען, אלל פרעש, אין קרית יואל איז עס לאנדא'ס, גרענד פוד, פעדערס גראסערי, אין וומסב"ג איז עס הצלחה, לאנדע אויף דעווישען,שווארץ פין פאפא אויף בעדפארד, פרענקעל אויף קליימער, וואן סטאפ קאשער
אויף די אלע גראסעריס קענענן די אויבן דערמאנטע בעלי מכשירים א שטארק קאנטראל ווייל רוב מענטשען פין יענע סופערמאקעטס פארלאנגען דייקא די אויבן דערמאנטע בעלי מכשירים אויב וועלן די בעלי מכשירים אנהייבען מיט אזא סיסטעם ביי די גראסעריס, וועט זיך עס זיכער איינגעבן,אין זיי וועלן האבן א מיינוג וואס אין ווי אזוי מען מעג פארקויפן דארט מען וועט עס קענענן אדורוך קימען אין איינמאל עס וועט זיין ביי זיי שטארק וועט עס ווערן די סטענדארט אין ווער עס וועט נישט גיין אין שפאן וועט הייסן א שוואכע פלאטץ אין רוב מענטשן וועלן הנאה האבן אויב עס וועט ווערן א שטארקע קאנטראל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2006 23:42 |
|
| |
שלמה שמש
לאמיר דיר פרעגן איין קשיא,
ווען די אלע פינף השגחות, זאלן זיך יא צוזאם קומען, און אפמאכן עטליכע אפמאכן, ווצב"ש, אז
אויף דאס און יענץ זאל מען נישט געבן קיין השגחה, ווייל עס פאדערט זיך צופיל היתרים, אדער
זיין זאלן פארלאנגן עטליכע פארשריפטן, ווצב"ש א משגיח תמידי ביי יעדע סופערמארקעט וואס פאקט
איבער אפילו קענדיס - איך גיי נישט אריין אויב עס פעלט אויס - און פון די צווייטע זייט, וועט
אויפקומען עטליכע 'אנדערע' השגחות ווצב"ש יאקער רב, אודווארי רב, דעברעצינער רב, מכון להוראה,
חוג חתם סופר, און זיי וועלן יא געבן השגחה אויף די פראדוקטן, אדער זיי וועלן זאגן אז זיי
געבן השגחה אויף די סופערמארקער אן א משגיח תמידי
וואס האלט איר וואלט געשעהן, די סופערמארקעט וואס נעמט דעם שוואכערן השגחה, און בעט דערפאר
ביליגער אדער אפילו נישט נאר א שוואכערע השגחה, וויפיל מענטשן וועלן זיך צוריק האלטן פון
קויפט דארט
מיין שאצונג איז ליידער אז עס מאכט גארנישט אויס, און גארנישט מיינט טאקע גארנישט מיט גארנישט
געדענק: ווילאנג אונזערע חיימישע ברודער זענען גרייט צו צאלן צען דאלער פאר א פונט קעז מזונות
- היימישע טעם, פריש, גוסטאש - און אויב בעט מען צוויי דאלער און א קוואדער פאר א פונט פלייש,
וואס איז נאכגעקומען אלע הידורים וואס איז שייך, ביז דעמאלטס לאז אפ די רבנים און רעד צו דיר
אליין
די רבנים זענען נישטא צו מאכן ליצנות פון זיך אליין, די מארקעט און די פאקטן רעדן פאר זיך אליין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2006 22:05 |
|
| |
דער ניק "לחייםאידן" האט געשריבען אין חדשות אנש {המקורית} זייער א גיטע פוינט
באמת מיינט די גאנצע מכשול מער די רבנים המכשירים ווי סתם אידן, ד רבנים המכשירים עכ"פ די פאר היימישע זיכער וואלאווע, בארטעור, התאחדות, בד"צ קר"י,ב. גרובער, זיי זענענן די וואס דארפן יעצט מאכן א טיפע התבוננות, ווי דער מצב הכשרות האלט ביי זיי אליינס
וויפיל גיטע זאכען אין הכשרות איז שוין בטל געווארן צוליב קאמפאטישען,?? וויפיל וויכטיגע אינפערמאציע גייט לאיבוד צוליב קאמפאטישען?? ווייל מען רעדט נישט געהעריג איינער צום צווייטען צוליב קאמפאטישען! וויפיל וואלט מען ווען געקענט מתקן זיין ווען עס איז ווען דא א גרעסערע מיטארבייט איינער מיטן צווייטען?? ווי האלט באמת די מצב הכשרות? זאכען וואס מען דערציילט נישט אין גאס??
די פינף רבנים צווישן זיך דארפן זיך ווען ציזאםזעצען, אין איין צימער, אן קיין בילדער, אן זייערע גבאים אין אינטערפירער, אין אנהייבען צי רעדן צווישן זיך מאמע לשון, אויסטוישן אינפערמאציע, מאכען א סיטעם ווי אזוי מען גייט ארבייטען אינאיינעם אויף להבא אז אזעלכע זאל נישט מער נישט פארקימען, נעמען עצות איינער פין צווייטען אין אנזאגען זייערע גבאים אויפציהערן מיט די נערישע קאמפיטישען צווישן די הכשירים קאמפאניס
סוכ"ס זענענן מיר די וואס צאלן טייער געלט פאר א הכשר אין די רבנים זענענן די וואס באקימען עס, ווען מיר עסן סיי וועלכע עסן, עסן מיר דאס על דעת פלוני אז דא איז כשר, זיי די רבנים זאלן זען אז עס זאל טאקע זיין כשר, נישט מיר דארפן דאס זען
מען וואלט געדארפט טיען מיט די בעלי הכשירים, דאס וואס מען האט להבדיל געטיען מיט FBI אין די CIA נאך די SEPT 11 אטאקעס, אויפברעכען די ווענט צווישן זיי, שטעלן צוויי דריי עסקנים/רבנים אין טאפ פין אלע בעלי מכשירים זען אז אלעס זאל קלאפעם
א הכשר איז נישט קיין ביזנעס, עס איז רוחניות, עס איז א אחרוית, אלמלא אז סיסטעם וואלט געווען ביז יעצט, וואלט אזא זאך נישט געקענט פארקימען
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 04:04 |
|
| |
צוויי וואכן שמיעסט מען שוין אז רבנים זיצען אין פארשן אויס וואס דא איז פארגעקימען
אפשר קען מיר איינער זאגן ווער זענענן די רבנים??
ווי זיצען די רבנים??
נ.ב. פאר די אלע שרייבערס למיניהם וואס זאגען אז זיי ווייסען פאר קראנט פארשידענע קעטערערס/סטארס וואס האבן מכשיל געווען אידן מיט טריפות, זאלן וויסען אז זיי טראגען א מוראדיגע אחרוית,
ווייל ממה נפשך, אויב ווייסטע אז אידן זענענן אין דערהיים נכשל געווארן מיט טריפות ח"ו, דאן דארפסטע מאכן א ויצעקו אז מען זאל ווי פריער כשר'ן די קיך ווייל די אלע אידן עסן דאך יעדן טאג אין טריפה כלים, אין זיי ווערן נאכאמאל אין נאכאמאל נכשל אין אויב שרייבסטע ליגענט, דאן ביסטע א מוציא שם רע אויף אידן, וואס דאכט זיך אז די זענענן אין כלל פין אין לו חלק לעוה"ב
מימלא די בעסטע זאך איז צי וויסען פאר מען שרייבט אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן 100% פרצענט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 01:07 |
|
| |
without panic
just dont buy at any restaraunt,
in the grocery dont buy meat, that is not in the original pacaging
a lot of the big comp. like
alle/meal mart
rubashkin
vineland
have prepackaged meats, those and those only u can trust,
i am not playin mind games
do not eat anything anywhere unless u cooked on ur own, and bought at kehila stores,
and/or prepackaged
ps
believe me i dont wanna do this, rumors and hearsay are not my game, im tellin u, and plz
listen
thanks
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 00:15 |
|
| |
קליינער קאפ,
יש דברים בגו ? אדער די דרייסט סתם א קאפ,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 00:10 |
|
| |
יוחי איך זעה אז דו האסט מיר נישט פארשטאנען. ערשטענס, יישר כח פאר מיר דערמאנען די מח' רמב"ם און ראב"ד. איך האב שוין לאנג נישט געזעהן די גמרא. איך בין מסכים אז עסען אין א געשעפט פון איינער וואס זעהט אויס היימיש אן א הכשר איז ליכטזיניג און פאסט נישט פאר א חסידישע איד אדער א י"ש. איך געדענק נישט די תשובה פון רבי'ן זי"ע אבער דאס פארטייט דאך יעדער איינער. אבער אז דו ווילסט רעדען מעיקר הדין, כמעט יעדער וואס האט געלערנט מחוץ לעיר אדער געפאהרען צו א רבי אלץ בחור איז געווען איינגעלאנדענט ביי סתם היימישע אידען פון בית מדרש וואס מ'האט נישט עקסטער געקענט און מ'איז געגאנגען עסען אהין. כך עלמא דבר. יעצט קענסט מיר זאגען אז אלע בחורים זיינען עם הארצים און ס'נישט להלכה אבער מיר קומט אויס פון מנהג ישראל אז א היימישע איד אין בית מדרש הייסט יא א מוחזק בכשרות אפילו לויט'ן רמב"ם. איך וועל עס בל"נ אדורכרעדען מיט א מורה הוראה ביי די נעקסטע געלעגענהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 23:01 |
|
| |
ביטנ נישט מאכן קיין אומזיסע פאניק.
די לאגע איז גענוג אנגעצויגן. ביטע קומען נאר מיט קראנטע באריכטן, אדער אינפארמאטיווע אנאליזן.
נישט אנזייען קיין הוילע לופטיגע שרעק.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:45 |
|
| |
יזדזע העולם
kinderlech
it gets worse than u all imagined
i dont mean to start a frenzy, w/o givin u facts,
but pretty soon leider leider
its gonna hit home and real hard,
oy riboinoi shel oilum
helf dane kinderlech
yiden wanna be good, in these hard times b'gashmiyus u'brochniyus
we are all spending big money to cover for our trasgressions, , and now this
ppl dont go to resteraunts till all clears up
im beggin u,
also dont buy meat or chicken anywhere in the rtri state, unless its a kehila butcher
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:28 |
|
| |
מתעסקים די ביסט בלינד ח"ו
האסטו געליינט וואס שטייט דא פון דברי יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:24 |
|
| |
מענשטען זיכען דראמאטיש צו מאכן די סחורה איז פון עמפייער טריפה פלייש דער גוי וואס קויפט אפ אלע טריפה פלייש נישט קיין שווארצע מארקעט אדער עפעס מער כל ישראל עריבים און א איד האט א חזקת כשרות ביז א בי"ד הגדול זאגט אנדערש אמת מען איז יעצט דן אנדערע אויך ,אבער ווי עס זעהט אויס איז דערווייל נישטא עפעס א מציאות ביים היימישען ציבור
|
|
|
|
|