די בדי"צ האט נשיט געהייסן צוריק ציען די פאפירן פונעם "רשם החברות", ווייל דאס איז בכלל נישט קיין שום מסירה, עס איז גוט צו פארקויפן פאר אן אלטע באביטשקע.
כ"ק גאב"ד ירושלים האט געשריבן די שארפע בריוו פאריגע וואך פאר מר. מענדל וואלערשטיין ער האט אראפ גענומען די טיטל ר' פון אים, ווי ער שרייבט אים אז ער דארף ארויס גיין פון קארט תיכף ומיד.
דערווייל האלט ער נישט ביים ארויסגיין פונעם ציוניסטישן בג"ץ, חיים צבי טייטלבוים מיט משה גבאי לאזן נישט בשום אופן, די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטאן איז, אז זיין לויער האט געשריבען א בריוו אז ער גייט עס איינפרירן די מסירות, אבער דערווייל האט ער גארנישט געטאן ווייטער.
פריערע אין טאג איז געווען אן אסיפה ביי כ"ק גאב"ד ירושלים ווי מרן הגאב"ד האט געהערט ווי עס האלט, און ער איז אויפגעשוידערט געווארן מיט וואספארא ליגענטס און שקרים חיים צבי ט"ב פירט אים ארום אז זיי זענען שוין ארויס פון קארט, מרן הגאב"ד שליט"א האט אנגעריפען חיים צבי אין ער האט אים געזאגט איך האב פארלאנגט ארויסגיין פון קארט, די האסט מיר געזאגט אז מען איז נעכטן ארויס פון קארט, אבער עס איז שקר וכזב.
טאמער מארגן ברענגט מען מיר נשיט קיין צעטעל אז וואלערשטיין איז ארויס פון קארט דעמאלס וועל איך טאן למעשה אזוי ווי עס פארלאנגט זיך פאר א מסרב.
חיים צבי האט זיך פרובירט איינצוטאנען מיט אים אבער מרן הגאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט און געבליבען ביי דעם.
יעצט האפט מען אז מארגן וועט וואלערשטיין ענדליך פאלגן.
 |
|
|