סאטמאר עפנט בוטשער אין מאנסי די וואך
אי"ה היינט אדער מארגן עפנט סאטמאר די ערשטע בוטשער אין מאנסי, נאך דעם שרעקליכן מכשול וואס האט פאסירט אין מאנסי, וואו אסאך אידן זענען אריינגעפאלן, ובתוכם אויך אסאך סאטמארע חסידים, און אפילו ביי ר' חיים יושען אין שטוב איז אויך אריינגעקומען צומאל פון די נבילה פלייש. דעריבער האט דער רבי שליט"א געהייסן אז מ'זאל עפענען א סאטמארע בוטשער, און אזוי באווארענען אז דאס וועט בע"ה מער נישט פאסירן. ר' שמעון כ"ץ האט אנגערופן דעם רבי'ן פארהאלטן היתכן ער עפנט א בוטשער, ווען סאטמאר[-באבוב] האט שוין א בוטשער אין מאנסי. דער רבי האט אים געענטפערט: "סאטמאר האט נישט קיין בוטשער, דאס אז קאנטינענטאל בוטשער געט אפאר דאלער פאר א השגחה פון סאטמאר[-באבוב], מיינט נישט אז סאטמאר האט א בוטשער". "איך וויל אז סאטמארע חסידים זאלן עסן דייקא נאר פלייש פון א סאטמארע בוטשער".
|