בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

האט זיך עמעצער געטוישט צוליעב דעם שבח סקאנדאל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2006 01:34 לינק ישיר 
האט זיך עמעצער געטוישט צוליעב דעם שבח סקאנדאל?


איך האב געהערט בשם א רב מפורסם אז ער וואונדערט זיך צו איינער האט געטוישט עפעס פון זיין רגילות בעקבות דעהם סקאנדאהל

איר קויפט פליייש ערגעץ אנדערש?
טשעקט נאך דעהם קעיטערער?
עסט נישט אין קיין רעסטראנט?

עפעס געטוישט




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2006 00:42 לינק ישיר 

באטשי, מיר זענען נישט מחולק, עס גייט אויף ביידע זייטן אהין און צוריק.

דהיינו:
דער "ציבור המדקדקים בכשרות", האט זיך מיט פארמאכטע אויגן צו שטארק פארלאזט אויף די הכשרים וואס דארפן צו הייסן אז זיי שטעלן צו דאס בעסטע וואס נאר שייך פארן ציבור המדקדקים, און ווידער די רבנים המכשירים, וויסנדיג (אדער בעסער געזאגט: שפירנדיג) דעם פאקט  אז דער "ציבור המדקדקים" פארלאזט זיך אויף זיי מיט פארמאכטע אויגן, האבן דאס אויסגענוצט, און צוליב דעם איז געווארן א מקום אז עס זאל אריינקומען הזנחה'ס אין די ענינים. וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2006 23:16 לינק ישיר 

לחייםאידען

שקויעך פאר די ווארימע ווערטער

איך האלט אבער אז מיר די געברויכערס זענען שולדיג, די רבנים המכשירים וועלן זיך צו אונז צושטעלען. אויב מיר וועלן פארלאנגען מהודר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2006 22:01 לינק ישיר 

לחיים ר' לחיים החייתנו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2006 19:25 לינק ישיר 

עס איז קיין ספק נישט אז עס איז אריבער געלאפן א רוח טהרה אין די הערצער פון טויזנטער אידן, בנוגע כשרות המאכלים, סיי ביי פלייש און סיי ביי אנדערע פראדוקטן, די שאלה איז נאר ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן?

אין וועם געווענדט זיך דאס? אין די רבנים המכשירים!
פארוואס? ווייל ישראל קדושים הם, אידן וואס ווילן זיין ערליך און אפגעהיטן, און זענען מדקדקים בכשרות, זענען גרייט צו צאלן אויפן חשבון פון א גוטע השגחה אפאר דאלער מער פאר יעדן מאכל וואס זיי נעמען אין מויל אריין, און אויב וועלן זיי זיך דערוויסן פון א געוויסע השגחה אז דאס איז בעסער, וועלן זיי קויפן פון די בעסערע השגחה אפי' ס'קאסט מיט אפאר דאלער מער. דאס קען מען זיך איבערצייגן בחוש, טויזנטער און טויזנטער אידן האבן ביי זיך גדרים וסייגים, דאס עס איך נישט נאר פון דעם הכשר, דאס עס איך נישט נאר פון יענעם הכשר, וכו' וכו'.

אט די יעניגע רבנים המכשירים, וועלכע טראגן אויף זיך דעם סאלאגאן אז זיי שטעלן צו פראדוקטן פארן פרומסטער ציבור המדקדקים בכשרות, און טויזנטער און טויזנטער אידן, פונעם שענסטן און בעסטן, פארלאזן זיך טאקע "נאר" אויף זייערע הכשרים, זיי זענען די בעלי אחריות אויף די זאכן, און טאמער ביי זייערע הכשרים איז דא אן הזנחה, במישרין צו בעקיפין, זאלן זיי וויסן אז זיי און נאר זיי טראגן דעם אחריות דערפון, און ניין! נישט די קאסטומערס, די קאסטומערס זענען ערליכע אידן המדקדקים בכשרות, און זיי לאזן זיך קאסטן אפאר דאלער מער פאר יעדן מאכל, נאר פאר די איינע סיבה ווייל זיי זענען "מדקדקים בכשרות" און זיי געטרויען די און די בעלי מכשירים.

וואס דארף מען מער פון דעם, די איצטיגע פארלאפענע סקאנדאל איז די גרעסטע הוכחה צו מיינע ווערטער. ער האט גענומען טרייף פלייש און דאס פארקויפט אלס די בעסטע וואס נאר פארהאן אויפן מארק, פארוואס? ווייל ער האט געוואוסט אז אידן "המדקדקים בכשרות" זוכן דוקא דאס בעסטע, האט ער דעריבער געניצט זיין שווינדל אויף דאס בעסטע וואס נאר דא אויפן מארק.

איז דער ציבור ח"ו שולדיג אויף דעם סקאנדאל? ניין! זיכער אז נישט!, דער ציבור האט דוקא געזוכט צו קויפן דאס פרומסטע און בעסטע וואס איז נאר דא אויפן מארק, די פראגע איז נאר וויאזוי האבן די בעלי מכשירים מזניח געווען אויפן חשבון פונעם ציבור?

איך זאג נישט, אמת, מען דארף אפשר זיין מער געווארנט ביי קעיטארערס און רעסטוראנטן, אבער פארוואס זאל פאר סתם אן עמך איד, המדקדק בכשרות, איינפאלן צו גיין זיך נאך פרעגן אויף וואס מען גיט אים אין טעלער אריין, בעת ווען די בעלי מכשירים אויף די קעיטארינג'ס און רעסטאראנטן, זענען מער ווייניגער די 'זעלבע' הייליגע בעלי מכשירים וועלכע ער געטרויט זיי - אלס די בעסטע אין דעם פעלד - מיט אלע מאכלים און פראדוקטן וואס קומען נאר אריין צו אים אין שטוב?

אויב ווייסן די בעלי מכשירים אז דער ציבור וואס זוכט דייקא יא מדקדק צו זיין אין כשרות פארלאזט זיך דוקא "נאר" אויף זיי, ווייל מען געטרויעט "נאר" זיי, דאן פארוואס ניצן זיי אויס די שוואכקייט פונעם ציבור און זיי פארהוילן זאכן פונעם ציבור? פארוואס זענען זיי מזניח אויפן חשבון פונעם ציבור?

דער פארלאפענער סקאנדאל, וואס האט אויפגעשוידערט יעדן אידן בכל מקום שהוא, האט נישט מער ווי געברענגט צו א ברייטע אויפוואכונג פונעם ציבור, אז עפעס גייט דא פאר, מען פירט ארום דעם ציבור אויפן חשבון פונעם ציבור, דער ציבור האט פארלוירן אין זיי טראסט, דער ציבור איז דיסעפוינטעט, ס'הייסט מיר פארלאזן זיך אויף אייך ווייל איר זענט דאס שענסטע און דאס בעסטע און דא הערט מען גאר אז מען מאכט פונעם ציבור ליצנות?.

דעריבער, אצינד אז א רוח טהרה שוועבט, און אידן האבן אנגעהויבן מער מדקדק צו זיין וואס מען נעמט אריין אין מויל, פארלאנגט זיך נישט מער און נישט ווייניגער אז די יעניגע בעלי מכשירים זאלן צוריק קריגן זייער טראסט פונעם ציבור, און זאלן נעמען דעם "שדה הכשרות" געהעריג אין די האנט אריין, און אז דער ציבור וועט וויסן אז דער כשרות ליגט און ערליכע בעל אחריות'דיגע הענט וועלן זיי אויך מער מדקדק זיין, ווידער אויב וועט נישט אריינקומען קיין נארמאלע שינוי לטובה בשדה הכשרות, מען וועט בלויז פארפירן דעם עולם מיט שרייעדיגע קול קורא'ס און הבטחה'ס אז אלעס איז און בעסטן ארדערנונג ושלום על ישראל, וועט דער רוח טהרה אין משך פון די צייט נאכגעלאזט ווערן, דאס איז זה תלוי בזה, ווי מער די בעלי מכשירים וועלן מדקדק זיין אז זייערע השגחה'ס זאלן זיין טאקע מיט השגחות מעולות, און דער ציבור וועט האבן אין זיי דעם 'ריכטיגן' טראסט, אלס מער וועט דער ציבור פאר זיך אויך מער מדקדק זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2006 08:10 לינק ישיר 

איך קום יעצט פון א שבע ברכות, וואס זאל איך ענק זאגן, עס איז געווען בערך 50 מענטשען, און נאר בערך 5 מענטשען האבן געגעסן די פארשן פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2006 05:41 לינק ישיר 

ייש"כ באטשי פאר דיינע דיבורים, אדרבה ואדרבה, זאל זיך דער עולם ערוועקן, מ'זאל זעהן פאר מ'נעמט אריין אין שטוב עפעס זאל מען זיך גוט נאכפרעגן ווער איז דער בעל מכשיר, וכו' כו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > האט זיך עמעצער געטוישט צוליעב דעם שבח סקאנדאל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext