אין א דיפלאמאטישן געשפרעך אויפן טלפון דערציילט מען מיר אז דער שטערן איז א פארגאנגענהייט.
די "צייטשריפט" האט באקומען א הסכמה פון הרב מאשקאביץ שליט"א, אבער מיט א תנאי אז ס'ווערט נישט דערמאנט "דער שטערן" ווייל די רבנים האבן געוואלט ארויס קומען קעגם "דער שטערן".
מער פרטים און באריכטן וועט דיפלאמאטיש נאכגעפאלגט ווערן.
נשלח ב-14/9/2006 06:16
וואאאאאאאאאס???
כלומר, מ'האט אנגענומן מיין פארשלאג, אז ס'פעלט נישט אויס צוויי באזונדערע העפטן "צייטשריפט" און "שטערן", זייער קלוג.........
אגב,
א. ווער איז "הרב מאשקאביץ שליט"א" ???
ב. פארוואס זאל מען האבן געזאלט פארבאטן דעם שטערן ??? [וועם האבן זיי דען געטון שטערן???...]
ג. און אנדערע ווערטער ס'וועט נישט הייסן שטערן, אבער די שרייבערס מיט די ארטיקלען וועלן בלייבן...
קיינמאל נישט ערגערס...
נשלח ב-14/9/2006 15:53
ווילאנג מיינע גאטקעס דארפן קיין הסכמה....
נשלח ב-14/9/2006 19:32
ר' יוסף חיים מאסקאוויטש פון מאנסי.
נשלח ב-14/9/2006 23:13
ווער איז דאס? א רב ערגעץ?
אפשר מיינסטו ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שאצער רב?
נשלח ב-15/9/2006 09:17
באקומען אין אישי:
ביטע מפרסם זיין אז מען בעט און מען ווארענט אלע הרב מאשקאוויץ'ן שליט"א זאלען נישט ארויס גיין אין די פאבליק אן קיין שמירה ווייל עס הערשט גרויס צארן ביי די מאסן איבער די אומדערהערטע וועלן ארויסקומען מיט א איסור קעגן אזא פראמינענטע צייטשריפט ווי 'דער שטערן'.
'שטערן' זעהערס געבן איבער אז עס דראט דעם הרב מאשקאוויץ שליט"א --- [איך האב אויסגעמעקט דעם המשך וואס איז לדעתי נישט פאסענד פאר 'חדשות אנ"ש']
איך קען נאכנישט אויפהערן צו לאכן, זינט איך האב איינמאל געליינט אין צייטשריפט "להאי תתא" במקום "לעת עתה", עס איז נישט קיין טייפאגראפישן טעות, נאר סתם "מן הארצות".
נשלח ב-18/9/2006 05:06
שמעקטאבאק:
די פאשקווילן זענעןגעווען אין נאך געגנטער, און מען זעט עס נישט מער. מיינט עס אז דער שאצער שטייט אונטער דעם, אדער ווייל זיי האבן געזען זיין נאמען אלס הסכמה האבן זיי זיך אפגעלאזט דערפון?
נאך אלע קריטיק האבן זיי געמאכט היסטאריע, דער פראבלעם איז נאר אז איך האב שוין דורכגעלעבט אסאך נייעע און גוטע צייטונגען וואס האבן צוגעזאט צו ברעכן היסטאריע, און עס האט נישט לאנג אנגעהאלטן, ווער ווייסט ווי לאנג זיי וועלן אנציען?