ווער איז יודל שיין? און וואס וויל ער?
די אזוי גערופענע "טוהער אין כשרות" איז נישט מער ווי א "שעיקדאון ארטיסט"
גופא דעובדא היכי הוי?
מיט עטליכע יאר צוריק האט ר' בייניש פרנס פון לעיקוואוד אויפגעהויבין א טעלעפאן צו יוסף יצחק רובאשקין, א זון פון הנגיד היקר ר' אברהם אהרן רובאשקין, די אייגענטימער פון AGRI PROCESSORS והמסתעף, אז ער וויל ארייננעמען און פארשפרייטען רובאשקין פלייש און עופות אין עיה"ת לעיקוואוד יע"א, וואס כידוע זענען פיל משפחות געבענטשט מיט קינדער אבער מיט גאר קליינע הכנסות, און רובאשקין פלייש איז פיל ביליגער ווי התאחדות וכו'. פאר דעם אבער וויל ער אז מ'זאל קומען איבערקוקען די פלענט אין IOWA, און א מומחה בשם יודל שיין וועט קומען מאכען די בדיקה דארט. יי"ר האט מסכים געוועזן, באצאלט פאר שיין די לופטצוג קארטל, און שיין האט פארברענגט דארטען עטליכע טעג, וואס לבסוף האט ער געזאגט אז ער איז העכסט צופרידן און גיט זיין OK אויף דעם עסק. איין זאך אבער וויל ער: פאר זיין הסכמה וויל ער, נישט מער נישט ווייניגער, נאר 10% פון רובאשקין'ס הכנסות אין לעיקוואוד!פארשטייט זיך אז מ'האט אים געהייסען גיין פייפען, אבער רובאשקין האט נישט געוואוסט וועמען ער האט אריינגעלאזט ביי זיך אין פאבריק. זיין ברודער הרב ירוחם שיין , די ראש ישיבה פון ADELPHIA האט פארבירט מאכען אן אנדערע DEAL, אז מ'זאל געבן פאר יודל'ן א קלענערע CUT פון די פארדינסטען, אבער דאס איז אויך דורגכעפאלען.
און ר' בייניש פרנס עסט ווייטער רובאשקין כאטש אז יודל שיין איז ברוגז און שרייט אז ס'איז ח"ו טריפה.
אויף אזוי ווייט איז יודל שיין אפגעפרגעט: אז הרב ירוחם שיין בעט זיך איבער פון רובאשקין יעדעס מאל ער באשטעלט ביי אים די פלייש און טשיקען ארדערס און זאגט אז די משפחה האט קיין קאנטראל איבער יודל'ן! זיין אייגענע טאטע האט אים אויף אים גוזר געווען בגזירת כבוד אב אז ער מוז פרגען א רב צו ער מעג דאס טוהן, האט יודל געענטפערט אז ער איז זיך נישט מתייעץ מיט רבנים, ער טוט וואס ער וויל!
דא איז אויך כדאי צו ציטירין הרב אהרן הערש קליינמאן, מארגערעטענער רב שליט"א'ס אן אייניקל, ווייט פון א ליובאוויטשער חסיד, וועלכע האט גע'ירשנ'ט די הכשר פון זיין טאטען ז"ל, און וועלכע האט טאקע הארץ אויף רובאשקין פאר דעם וואס ער האט אריינגעברענגט הרב ווייסמאנדל. אז א קרוב זיינער האט אים געפרעגט יעצט נישט לאנג צו רובאשקין איז אין ארדענונג האט ער אזוי געענטפערט:
ער איז אן איש תם וישר! , און געלט שפילט נישט קיין ראלע ביי אים ווען עס האנדעלט זיך וועגן כשרות, עכ"ל.
ס'איז מיר א חידוש ווי די חסידי סאטמאר גלייבען שיין'ס ווערטער אויף רובאשקין ווען ער זאגט קלאר אז די וואלאווער איז אומפארלעסליך און אז התאחדות איז אויך נישט גוט! ממילא איז VINELAND און MEHADRIN, ח"ו טריפה?! ער בארעדט די התאחדות הרבנים אין גרויסען, טא וואס זענט איר אזוי צופרידן?!
נ.ב. איך ארבעט נישט פאר רובאשקין.
 |
|
|