בית פורומים כל העולם כולו

"מצות מילה" אדער "צוברעכן סאטמאר" ?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/9/2006 22:30 לינק ישיר 
"מצות מילה" אדער "צוברעכן סאטמאר" ?!

מיט א קנאפע יאר צוריק איז די אידישע וועלט געווארן אויפגעשטורעמט, א טייל פון אונזערע פארבלאנזשעטע רעפארם ברודער, מיט די אקטיווע מיטהילף - לויט טייל, אויפן פארלאנג - פון געוויסע ארטאדאקסישע דאקטוירים ראבינער, האבן געעפנט א קאמף אקעגן מצות מילה, בעיקר אקעגן דעם טייל פון "מציצה בפה", דורך זיך באהאלטן אונטערן שלייער פון די שטאטישע רעגירונג און מיט אויסריידן פון געזונטהייט און היגיענץ, האבן זיי געזוכט גענצליך צו פארבאטן די פראקטיצירונג פון די יסודות'דיגע מצות מילה. יעדן ערליכן איד אין גאנץ ניו יארק האט געכאפט א ציטער, מען האט גלייך געזען די בייזע פינסטערע כוונות פון די רעפארם אידן, וועלכע האבן זיך ארויפגעזעצט אויפן שטול פון די שטאטישע רעגירונג, און זיי זוכן זיך צו צעפירן די הענט אקעגן די אור-אלטע 'פאנאטישע' תורת משה וואס זייערע ארטאדאקסישע ברודער זענען אזוי שטרענג מקיים. אלערליי עסקנים האבן זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט, אין שפיץ האט זיך געשטעלט דער טרויעריג-בארימטער מויל מאכער און גארנישט-טוער ר' משה דוד נידערמאן, ואתו עמו זיינע 'געטרייע' שותפים אין מאכן א גרינגן דאלער אויפן חשבון פונעם ציבור ר' יונתן מענצער און ר' יחיאל גאלדבערגער, אז זיי וועלן ראטעווען די מצוה אז מ'זאל ח"ו נישט ערלויבן די רעגירונג זיך אריינצומישן אין אינערליכע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן פון די אידישע געמיינדע. אנגעהויבן האט זיך עס מיט אן אומשולדיגן אנאנימען קאמפיין פון 'אונטערשריפטן', דורך צוזאמנעמען אונטערשריפטן וועט מען אפשרעקן די רעפארם אידן פון זיך ארויפצווינגען אויף זייערע ארטאדאקסישע ברידער. דערנאך איז געקומען א ריזיגע ראלע אין צענטער פון וויליאמסבורג, וואו מען האט גערופן די מאסן ארויסצוקומען זיך בוקן פאר אונזער רעפארם ברודער, אז ער זאל מיט זיין גרויס גענאדע אפרופן די שרעקליכע גזירה אקעגן מציצה בפה. און דער קלימאקס פון די 'עסקנות לשם שמים' איז געווען ווען די ארגאניזאציע 'לשם ....' אונטערן לעדערהעד פון התאחדות הרבנים האט באפוילן אז יעדער איד באשר הוא מוז גיין שטימען פארן רעפארם איד, ווייל נאר אזוי וועט מען ראטעווען מצות מילה, אלע גאסן און יעדער טעכנאלאגישער מיטל אין באזיץ האט געשריגן און געליארעמט אז מען מוז גיין ראטעווען מצות מילה. מאנכע האבן זיך באלד געוואונדערט, אויב מען רעדט פון מצות מילה ווי זענען דא אריינגעפאלן די פאליטישע לעקעראציעס און מאכינאציעס, א שטייגער ווי איבערגעבן די 12,000 אונטערשריפטן אין שטוב פון דעם גרעסטן פויער אין וויליאמסבורג אונטער א רבני'שע בארד. אויך די ראלי איז פארוואנדלט געווארן אין א פאראייניגטן מארש פאר נידערמאן, זאליס, ושותפיהם, און נאך ענליכע פאסירונגען וועלכע האבן געהויבן די אקסלען פון דעם גרעסטן טייל ציבור. למעשה, נאך איבער א יאר פון די געשעענישן, שטעלט זיך ארויס דער פאלגנדער טרויעריגער בילד: - ביי די געזונטהייט אפטיילונג פון ניו יארק סטעיט, האט מען שוין באוויזן בע"ה - דורך שטילע שתדלנות פון ריכטיגע 'עסקנים לשם שמים' - צו אראפשטעלן קלארע יסודות און אנווייזונגען אין אלעם וואס איז נוגע מצות מילה און אירע צוגעהערן, אזוי אז די סכנה פון א גזירה איז פארשוואונדן ב"ה פון האריזאנט ! - אין איר צווילינג אפטיילונג פון ניו יארק סיטי איז געבליבן א שטיינערנע וואנט, און די רעפארם אידן האבן זיך נישט גערירט קיין פינטל פון זייערע שטעלונגען, דערצו האבן זיי זיך אויסגעדריקט מיט אויסערגעווענליכער פרעכהייט אקעגן די רבנים וועלכע האבן זיך מיט זיי פארבינדן. די סכנה פון א גזירה שוועבט ווייטער מיט איר פולער שטארקייט. און די א.ג. 'עסקנים לשם שמים' זיצן מיט פארלייגטע הענט - כדרכם - און טוען נישט דאס מינדעסטע לקדם פני הרעה. - דער איינציגער אויפטו וואס עמיצער, סיי ווער, אין וויליאמסבורג האט בענעפיטירט פון די כת רשעים און געלט-פרעסערישע רויבער נידערמאן, מענצער, און גאלדבערגער, איז נאר דער פויער-שטריק-בארד פון סיגוט. סיי צו באווייזן אנצוהאלטן זיין גניבה וגזילה פון אלע סאטמארע בנינים, און בעיקר צו שטערן און צוברעכן די מוסדות און קהילה וואס סאטמאר האלט אינמיטן רע-ארגאניזירן אין וויליאמסבורג ! איך שרייב דאס נישט צו ערוועקן די יעניגע 'עסקנים לשם שמים', צו אזוינע וועמען עס אינטערעסירט בלויז כבוד און געלט, און גלייבן נישט קיין פינטל אין שכר ועונש, האב איך נישט וואס צו רעדן, זיי לאכן זיך אויס פון אלעם וואס ברענגט זיי נישט איינס פון דאס אויבנדערמאנטע. איך שרייב דאס פאר צוויי סיבות: 1) כדי מעורר צו זיין זייערע מעשים לפני כסא הכבוד, אז עס זאל טאקע זיין "זכר כל המעשים לפניך בא", און די יעניגע זאלן באקומען זייער פולקאמען פארדינסט מן השמים, אלעס וואס עס קומט זיך זיי עפ"י דין און עפ"י יושר. 2) אז דער ציבור זאל וויסן מהיום והלאה מיט וועלכע גיפטיגע שקארפיאנען מען האט דא צו טון, און מען זאל זיך מער נישט לאזן פירן פון די רשעים ארורים כצאן לטבח.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "מצות מילה" אדער "צוברעכן סאטמאר" ?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext