שנה טובה ומבורכת - בקשת סליחה
שטייענדיג בלויז געציילטע שעה'ן אוועק פונעם נייעם יאהר, ווילן מיר אנווינטשן פאר אלע אונזערע
חשוב'ע ליינער און מיטבאטייליגער פונעם פארום א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה, מיר
זאלן אלע אינאיינעם בקרוב זוכה זיין ארויפצוגיין קיין ירושלים מיט משיח צדקינו, ומלכנו
בראשינו, בב"א.
גלייכצייטיג ווילן מיר אויך בעטן פון טיפן הארצן אן אויפריכטיגער סליחה ומחילה פון יעדן
איינציגן פערזאן וועלכער איז אמאל באטראפן געווארן דורך דעם פארום, במישרין ובעקיפין. מיר
האפן און בעטן צום בורא עולם אז עס זאלן שוין בטל ווערן די אלע פראבלעמען וועלכע ברענגען
צומאל צו אומאנגענעמליכקייטן פאר געוויסע, און מיר זאלן זוכה צו זיין בקרוב צום "ומלאה הארץ
דעה את השם", און עס זאל הערשן שלום ושלוה ביי אלע היימישע אידן איבער דער גארער וועלט.
בברכת כתיבה וחתימה טובה.
כל העולם - מקוה איד - פשטידא - wassa dif.
|
|