די ביילאגע פון "כל העולם כולו"
וואס זאגט איר צו די ביילאגע פון "כל העולם כולו"?
די יעצטיגע ביילאגע איז באמת אינטרעסאנט, מ'זעט אז זיי האבן אריינגעלייגט א פעסטע ארבעט צו
רעדן מיט מענטשן פון יעדע חסידות, זיי האבן זייער קראנטע אינפארמאציע.
ס'איז נאר אינטרעסאנט צו זען וויאזוי די פי.אר. פון יעדע חסידות טרייט ארויפצוארבעטן זייערע
נאמבערס לכבוד ראש השנה...
די מערסטע אינטערסאנט איז מיך געווען די נאמבערס פון די סיגוטער, איך מיין אז איך גיי דא
ארויפלייגן די נאמבערס פון ביידע זייטן (מ'זעט קלאר אז די אינפארמעישאן ביי ביידע קומט פון
אינסייד חברה פון די קאמפאני ביי יעדע זייט, אזויווי ביי אלע אנדערע חסידות'ער), און זאל
יעדער זען קלאר וואסארא ליגנערס און פראפעשאנעל שקרנים די סיגוטער זענען.
סאטמאר:
- די גרויסע שול אין וויליאמסבורג האט 2,200 זיץ פלעצער.
- א' סליחות איז דא 6,500 מענטשן, ר"ה איז דא 6,000, יוכ"פ איז דא 5,500.
- לשנה טובה זאגן דויערט בערך 2 1/2 שעה.
(אגב, ווען זיי האבן עס געשריבן האט נאך געהייסן אז וויליאמסבורגער רב גייט זיין אין
וויליאמסבורג אויף יו"ט ר"ה)
סיגוט:
- ראדני האט 3,000 זיץ פלעצער [...].
- "זייער אסאך" שטייען אין די דורכגאנג [א טויזנטער פאר יעדן וואס איר האט געטראפן דארטן...].
- א' דסליחות 6,000, ר"ה 4,000 (וואו זענען פארשוואונדן די 2,000 מענטשן?), יוכ"פ 4,500 (500
סיגוטער קומען נאר ווען מ'פאסט?).
- איין שחרית האט ליפא טייטלבוים באקומען פאר FREE. (אזוי האט פראדלזאהן זיך דעמאלטס
איינגערעדט... ער האט נאכנישט באגריפן דעם דיעל פון די קרויסלעך ברידערס...).
- לשנה טובה זאגן נעמט דריי שעה (קוקט אויס אז ביי נועם המידות נעמט עס לענגער...).
נ.ב.
א זייטיגע אינטערסאנטע נקודה.
ביי יעדע חסידות שרייבן די "כל העולם כולו" עפעס א אינטערסאנטע זאך וואס איז דא ביי יענע
חסידות אין די ימים נוראים, אונטערן קעפל "ייחודי".
אין סאטמאר איז די אינטערסאנטע זאך, דאס איבערבעטן פון די תורה וואס דער רבי בעט איבער פאר כל
נדרי, מיט בכיות נוראות.
אין סיגוט איז די אינטערסאנטע זאך אז מ'גייט מיט ווייסע שיך יום כיפור...
 |
|
|