בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: סיגוטער קאורט אין בני ברק געפרוירן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/9/2006 17:56 לינק ישיר 
ברעיקינג: סיגוטער קאורט אין בני ברק געפרוירן!

ניין, נישט ווייל ס'האט אנגעכאפט די סיגוטער הולכים לערכאות א רוח פון תשובה אין די ימים נוראים.

ר' משה חיים ווייס האט איינגעגעבן פארן ריכטער די צעטל פון דעם סיגוטער לויער אז ער "גייט" איינפרירן די ערכאות, א זאך וואס זיי האבן נאכנישט געטון ביז היינט, און אויפן סמך פון יענע צעטל האט דער ריכטער איינגעפרוירן די ערכאות.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2006 22:02 לינק ישיר 

דאס איז "מן הענין"... אין קארט אין נו יארק האלט איר אין איין שרייען "די רבי" "די רבי וויל דאס דער רבי וויל יענס", "די רבי וויל זלמן לייב", מיר זענען קעגן די רבי, כהנה וכהנה...נו מעג מיר אויך דאס טענה'ען..."דער רבי וויל משה חיים ווייס"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2006 21:54 לינק ישיר 

קושקע מען קען אפילו מסכים זיין אז מען קען נאר רעדן פון דעם צו מען האט געפעלטש די מניות ביי רשם החברות און נישט פון עפעס אנדערש אדרבה לאמיר אנהייבן פאנטאזירן ווייל עס איז קיין נפקא מינה וואס דער דיון איז, וויאזוי מען זאל עס נישט דרייען, וועט עס אייביג אנקומען צו די זעלבע אישו, און אפילו מען וועט נישט דירעקט פסק'ן אויף די עיקר דין תורה, וועט מען אבער פסק'ן אין דעם יסוד פון די עיקר דין תורה, און אויב די פסק ביי איין תוצאה איז לטובת אונז איבער דעם יסוד פון דעם דיון ווצב"ש, יוסף 90 איז ביזי - [פארנומען] אז מען גייט נאר דן זיין איבער פעלשן צעטלך אקעי, איך וועל מיטשפילן מיט, נו לאמיר אנהייבן דער רבי זצ"ל בעל ברך משה האט איבערגעגעבן 'מניות' [שער'ס] פאר זאלי און פאר משה גבאי, נו פרעג איך אייך איר קענט מיר אפשר זאגן צו מען קען דן זיין איבער דעם רבין'ס איבערגעבן מניות פאר סיי וועם אן באהאנדלן דעם רבין מצב אין די לעצטע יאר, אן באהאנדלן וואס ווען און וויאזוי משה גבאי האט געפאפט און בא'גנב'ט דער רבי זצ"ל, קען מען דן זיין אן דעם וואס מען זאל רעדן וואס זאלי האט געהעצט דעם רבי, קען מיר איינער זאגן אז מען קען נישט ברענגן די טעיפס וויאזוי מען הערט זיי העצן [עס איז דא 100'טער טעיפס וואס עס איז נאכנישטא אויף די גאס אבער וועט מיר איינער זאגן, אז בי"ד וועט זאגן, ניין מיר טארן נישט זאגן אונזערע טענות, ווייל אויב מיר וועלן זאגן אונזערע טענות איבער די פעלשונגן, און היות אונזערע טענות זענען כלליות'דיגע - דאס הייסט, עס איז גילטיג ביי די מניות אבער עס איז אויך גילטיג איבער די רבנות, איבער וואלן, איבער די ירושה - ממילא טארן מיר די טענות נישט זאגן, נו, איך ווארט עס צו הערן ווייל וויאזוי מען זאל נישט דרייען דעם שמועס קומט עס צוריק צום פאקט, אז דער בעל ברך משה זצ"ל, האט ביזן לעצטן טאג נישט געגליכן זאלי און נישט פיינט געהאט דער רבין שליט"א, חוץ מזה וואס ער האט קלאר געהאט סייעתא דשמיא אז משה און זאליס פלענער זענען כמעט אייביג צופאלן, און ער האט זעלטן ווען עפעס געזאגט, און אפילו דעמאלטס איז עס געווען מיט 'העיקר שכחתי' [הכתרה] אדער האט יונה האלפערט געמוזט ארויסנעמען דעם צעטל פון רבין זצ"ל'ס טאש בפני כל הקהל ועדה [א' חיי שרה] דעריבער, פארשטייט יעדער איינער אז די זאליס וועלן נישט ווועלן גיין צו דין תורה, און די סאטמארע [אהרונים] וועלן אייביג וועלן גיין, נישט קיין חילוק איבער וואס, ווייל אלעס בתר רישא גריר, אלעס קומט צוריק צום יסוד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2006 21:50 לינק ישיר 

איבער דעם ענין פון אדמורו"ת זיצט שוין דער טענטער אין געריכט 5 יאר אן קיין היתר בי"ד אפילו נישט פון רועי בקר, און ער האט דערלייגט זיינע תביעות

ובכגון דא אין נזקקין לו.

צווייטענס אין בני ברק וועט מען דן זיין נאר איבער דעם ענין וואס מ'האט אריינגעגעבן אין געריכט נישט איבער זייטיגע טענות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2006 21:45 לינק ישיר 

די מתנגדים קומען מיט א תנאי אז מ'טאר נישט דן זיין די סאטמארע אדמור"ת ירושה ביי די די"ת...פארוואס? דאס איז זעלבסט פארשטענדליך...עס ברויך נישט קיין הסברים...דאס איז פאר זיי ווי א בייזער חלום...

אבער למעשה צו זיי ווילן צו נישט "מ'גייט דאס מוזן דן זיין", ס'נישט דא קיין אנדערע וועג, ווייל ר' משה חיים ווייס'ס ערשטע טענה גייט זיין אז "סאטמאר רבי וויל איך זאל זיין ראש הקהל"...

דאס איז די סיבה פארוואס די זאליס קומען נישט צו די"ת אין בארא פארק אין וומ"ס.

און דאס איז די סיבה פארוואס זיי וועלן אונטער די איצטיגע אומשטענדן קיינמאל זיך שטעלן ביי די"ת אין ב"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2006 20:03 לינק ישיר 

זשול

100% גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2006 18:50 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען...

הער פארוואס?

1) רז"ל האט געשיקט זיין אגענט מענדל וואלערשטיין צו קלאגן ר' משה חיים ווייס אין ציוניסטישן קאורט אן א היתר בית דין = האט עפעס פאסירט? האט איינער פון זייערע פעיראלל רבנים מוחה געווען?

2) ווען עס איז געווארן א געטומל איבער די ערכאות אין ציוניסטישן קאורט, האט רז"ל גענומען א היתר (למפרע) פון שלשה רועי בקר, און עס ראטיפיצירט ביי שמעון מאיר'ס שוחד בית דין. (עטליכע וואכן נאכן גיין אין קאורט) = האט עפעס פאסירט? האט איינער פון זייערע פעיראלל רבנים מוחה געווען?

3) דאס בית דין פון הרב לאנדא האט געשריבן א שארפען בריוו צו דעם הולך בערכאות מענדעל וואלערשטיין. ער האט אבער געפאלגט זיין משלח רז"ל, און זיך גוט אויסגעלאכט  = האט עפעס פאסירט? האט איינער פון זייערע פעיראלל רבנים מוחה געווען?

4) עס איז ארויסגעקומען א קונטרס היכי דמי חילול השם, מיט אלע פאקטן פון זייערע שייגעץ שטיק קלאר און דייטליך שווארץ אויף ווייס, וואס צייגט אז זיי זענען געגאנגען אין ערכאות און געבעטן א תביעה פון ציוניסטישן קאורט  = האט עפעס פאסירט? האט איינער פון זייערע פעיראלל רבנים מוחה געווען?

5) דער גאב"ד האט זיך ענדלעך, ענדליך אריינגעמישט. געשיקט רופן דעם יפו'ער שטריק, און געפאדערט ארויסצוגיין פון קאורט. זיי האבן זיך אבער אויסגעלאכט = האט עפעס פאסירט? האט איינער פון זייערע
פעיראלל רבנים מוחה געווען?


6) דער גאב"ד האט געלייגט מער דרוק אויף די ערכאות גייער, און זיי האבן געזאגט אז יא זיי גייען ארויסגיין. זיי האבן געשריבן א בריוו צום לאיער אז זיי פלאנירן ארויסצוגיין. דאס איז שוין געווען עטליכע וואכן צוריק, דערווייל האבן זיי גארנישט געטאן. = האט עפעס פאסירט? האט איינער פון זייערע פעיראלל רבנים מוחה געווען?

7) האט איינער א ספק אז זייערע פורים רבנים און פעיראלל זזשאנקי שוחד נעמער, וועלן עפעס טאן ווען זיי וועלן אריינגעבן אין ציוניסטישן קאורט אז זיי ציען נישט צוריק.... = וועט עפעס פאסירן? וועט איינער פון זייערע פעיראלל רבנים מוחה זיין?




8) נישט לאנג צוריק האט משה שמואל זופניק באקומען התראות מיט סירובים פון 7 (זיבן) בתי דינים... אפילו פון די איצא'ס קארופטירטע סאכדעס... יענע וואך האט זופניק באקומען מערבית אין ראדני = האט עפעס פאסירט? האט איינער פון זייערע פעיראלל רבנים מוחה געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2006 18:40 לינק ישיר 

די זאליס זענען דא געכאפט געווארן אין א סורפרייז אין שאק.

ווי באקאנט, זייט די עדה האט פארארדענט צו ארויס גיין ממקומות ממשלתיים, האבן די זאליס געשפילט געימס אין קיינמאל צוריקגעצויגן אדער עכ"פ איינגעפרוירן די קעיס.

סאטמאר אליינס האט נישט געקענט איינפרירן די קעיס, ווייל עס דארף זיין מיט די הסכמה פונעם תובע דהיינו "מיסטער" וואלערשטיין פון ירושלים.

למעשה, נאך גרויס דרוק פונעם רב, האבן די זאליס בלויז געשיקט א בריוו צו די סאטמארע לויער אז זיי "פלאנען" אין "ווילן" איינפרירן די קעיס, און ביי דעם איז עס געבליבן, ביים "פלאנען" און "ווילן".

איז געגאנגען דער סאטמארער ראש הקהל, ר' משה חיים ווייס, בשתיקה, אנעם וויסן פון די זאליס האט ער אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אז ביידע צדדים ווילן אז מ'זאל שוין איינפרירן די קעיס, און אלס באווייז האט ער געוויזן דעם אטענטישן בריוו וואס די זאלי לויער האט געשיקט צום סאטמארן לויער. און דער ריכטער איז איינגעגאנגען דערויף!! אין תיכף אייגעפרוירן די קעיס!!! אויף אזוי ווייט אז מיר האבן געבעטן אויפן לענגסטן טערמין, דהיינו 90 טאג, און דער ריכטער האט עס געפרוירן אויף "לעולם ועד"!! ווילאנג מ'פארלאנגט נישט עס צוריק צו עפענען!!!

אין אנדערע ווערטער די איינציגע וועג ווי אזוי די זאליס קענען צוריק עפענען די קעיס איז נאר אויב זיי גייען "בקום ועשה" "בעטן" די געריכט עס צוריק צו עפענען!!! אויב זיי ווילן עס טון, כל הכבוד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: סיגוטער קאורט אין בני ברק געפרוירן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext