בית פורומים כל העולם כולו

סיגעטער פטור פון נאך א דרשה...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/9/2006 03:36 לינק ישיר 
סיגעטער פטור פון נאך א דרשה...

גרויס שמחה הערשט ביים סיגוטער אין שטוב, ווען דער סיגוטער און קלאר און געלבמאן האבן פריי אפגעאטעמט, אז היי יאר גייט מען מער נישט דארפן אריינבאכענען אינעם סיגוטער'ס קאפ נאך א דרשה אויף שבת שובה. דער סיגוטער האט געמאלדן אז ער איז זייער אויסגעמוטשעט פון די 'שווערע' עבודה אין ר"ה, ווען ער האט נעבעך געדארפט האלטן א דרשה, און אז ער האט שוין גענוג געארבעט א גאנצע זומער אריינצוקנאקן אין זיין קעפעלע עפעס א לייטישע זאך אויף ר"ה אז ס'זאל כאטש אויסזען נארמאל, און ער איז פארטיג פאר היי יאר. במילא האט ער געמאלדן אז ס'איז גענוג געווען, שבת שובה קען מען געבן פאר וועמען מ'וויל, אבי נישט ער. סאיז אנגעקומען אביסל שווער צו טרעפן א קאנדידאט, יעקב בער האט עס למעשה נישט געוואלט אננעמען, מיט די טענה אז ער האט געגעסן פלייש פון שבח נעבן פריינד'ס זשעקוזי, און ס'פאסט נישט אז זיין מויל זאל פארטארפענען אידישע הערצער אום שבת שובה, הגריח"מ פר"מ האט אויך נישט געוואלט, ווייל ער האט זיין אייגענע חסידות. רז"ל פילאפף האט געזאגט אז ער גייט זיך נישט צוקראצן פארן סיגוטער, און אז דער סיגוטער קען נישט זאל ער עס כאטש אויספראקן פאר די גאנצע וועלט, ער האט געהאט א ברירה צו לערנען. נאך אלע צרות און יסורים האט ענדליך רש"ל וויינבערגער געראטעוועט די זאך, זאגנדיג "עלי יניח צ.. את ראשו", און ער וועט באפרייען דעם סיגוטער פון די שווערע הארעוואניע זיך אנצוגרייטן פאר נאך א דרשה. ס'איז אבער געקומען מיט א ווארענונג אז 'ווען ס'וועט קומען די צייט' זאל מען עס אים געדענקען [מסתמא פארלאנגט ער דעם פאסטן פון "מזכיר הבד"ץ"].



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיגעטער פטור פון נאך א דרשה...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext