דערגרייכט דעם ציל!!!
ווילט איר א שמייכל טאן, דאן גוט א דריק אויף דעם לינק
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2049200
און יעצט, ווער עס פארשטייט נישט אויפן וואונק
ערב שבת קודש פרשת ראה, אין פערצופאלן געפאלן דאס יאר, אום כ"ד אב, און זונטאג דערנאך איז
אויף פערצופאל געפאלן דעם יארצייט פון הייליגן רבין זצ"ל
נו, מיט די זאליס וואס ווילן אלעס שלעפן קיין ברוקלין צום איש היושר, הויכגעשעצטער ארטור שעק,
זענען די סאטמארע געגאנגן און מקדם געווען פני הרעה, און גע'עפענט א קעיס אין אראנדזש קאונטי,
ווי עס באלאנגט באמת, אז אויב די זאליס וועלן מאכן פראבלעמען [וואס אגב, זיי זענען געגאנגן
אין קאורט צו שעק, נאר שעק איז שוין געקומען אביסל צו זיך, ווי מיר אלע זעהן, ווי ער איז
איינמאל נישט אנגעקומען און די צווייטע מאל אפגעשטיפט] און זיי גארנישט געוואלט געבן] וועט
מען זיי מודיע זיין, אז עס איז שוין דא א אפענע קעיס אין אראנדזש קאונטי, דארט ווי די שטח איז
נו, ברוך השם, אז זייערע פלענער האבן זיך נישט אויסגעארבעט, און עס איז געווען א רואיגער יומא
דהילולא ווי יעדער האט געקענט אויספויעלן אלעס גוט [און האפענטליך אויסגעפויעלט אלעס גוטס]
נו, יעצט מעלדן די זאליס מיט גרויס שמחה, אז......... מען האט ארויסגעטראסקעט, ארויסגעווארפן,
ארויסגעשליידערט דעם קעיס, נידער מיט דעם קעיס, ווייל די סאטמארע האבן ביז קומענדיגען כ"ו
ניסן א פראבלעם
נו, פרעג איך אייך, ווער דארף זאגן שקר, ווען מען קען בלויז פארציילן א האלבע מעשה
 |
|
|