בית פורומים כל העולם כולו

"קרית יואל איז נישט מאנסי!"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/10/2006 04:01 לינק ישיר 
"קרית יואל איז נישט מאנסי!"

היינט ביי די הערליכע שבת שובה דרשה, וואס דער רבי האט געזאגט אזויווי יעדעס יאר, נאך א לענגערע פלפול האט דער רבי ארומגערעדט וועגן דעם שרעקליכן מכשול פון די נבילה פלייש אין מאנסי. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז פון איין זייט איז ארויסגעקומען א שטארקע מליצה ישרה פאר כלל ישראל, ווען מהאט געזען אז אידן טוט אמתדיג וויי אז זיי זענען נכשל געווארן מיט אזא ביטערן חטא, און אידן האבן זיך געלאזט קאסטן צענדליגער טויזנטער דאלערס ארויסצוווארפן די אלטע כלים און כשרן. אבער פון די אנדערע זייט מוז מען זען פארוואס סהאט פאסירט אזא שרעקליכע מכשול. דער רבי האט געזאגט אז סאיז קלאר אז די הויפט פראבלעם איז די הפקירות וואס איז דא היינט, סיי אז ביי מידי דאכילה איז מען נישט צופיל מקפיד צו קוקן וואס מעסט און וואו מעסט, מיטן תירוץ אז דער בעל מכשיר וועט ברענען אין גיהנם, און סיי די עצם הפקירות אז סאיז איש כל הישר בעיניו יעשה, און סאיז נישטא קיין איין צענטראלע קערפערשאפט וואס זאל קענען נעמען די זאך אין די הענט אריין. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די ערליכע רבנים האבן זיך צאמגענומען און מפרובירט צו מאכן תקנות, אבער סקוקט נישט אויס אז סוועט עפעס ווערן, ווייל אלעס איז היינט הפקר. און דאס איז די השפעה פון די דעמאקראטישע ווינטן אין די גויאישע גאס, אזויווי דער רבי זי"ע דברי יואל שרייבט אין ויואל משה אז דעמאקראציע איז א חורבן פאר אידישקייט. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ער זאגט עס דא אין קרית יואל, ווייל סאיז געווען ביי עפעס א פרשה ווען מענטשן האבן געזאגט אז קרית יואל דארף זיין אזויווי מאנסי, אז אלעס איז פריי און יעדער קען טון וואס ער וויל, האט דער רבי געזאגט מיט טרערן "איך בין מתפלל צו השי"ת אז קרית יואל זאל נישט זיין אזויווי מאנסי!". אויך האט דער רבי געזאגט אז היינט איז ליידער אין שטאט די זעלבע ווי אין מאנסי, סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין בארא פארק, וואו סהערשט אויך א ווינט פון הפקירות און סאיז נישטא קיין איין צענטראלע כח וואס זאל קענען מאכן תקנות אויף די גאנצע שטאט, און אז ער האט גרויס רחמנות אויף די אידן פון שטאט אז סאיז נישטא דארטן ווער סזאל קענען מאכן קיין תקנות.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/10/2006 14:35 לינק ישיר 

האט ר' אהרן געהאלטן א שבת שובה דרשה?, איך האב דאך גיהערט אז אין סאטמאר האלטן די רביס נישט קיין דרשות, ר' זלמן לייב האט דא טאקע נישט געהאלטן קיין דרשה, איז ר' אהרן טאקע נישט סאטמארער רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2006 14:48 לינק ישיר 

האסט נישט געהערט?

ער האט פארלוירן אין קארט, וואס פארבאט איהם פון זיין סאטמאר רבי, דעריבער האט ער נעבעך געמוזט זאגן א דרשה.

ווידער ר' זלמן לייב האט געוואונען אין קארט, ממילא האט ער די לאקזשערי פון נישט זאגן א דרשה.

אילו זכינו, ווען ר' אהרן נעמט ווען א בעסערע לויער וואלט ער נישט געדארפט זאגן קיין דרשה...

באשערט איז באשערט...

א גמר חתימה טובה, ברודער!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2006 19:29 לינק ישיר 

קושקע די ווייסט אליינס נישט ווי גוט די זאגסט

איך מיין אז די טרערן פון ר' אהרן -אז קר"י זאל נישט זיין ווי מאנסי- זענען געווען אמתע טרערן. די שאלה איז נאר וויפיל עס וועט העלפען.

האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/10/2006 20:26 לינק ישיר 

זה טעות, אין סאטמאר האבן די רבי'ס אלעמאל געהאלטן דרשות שבת שובה, אנגעפאנגען פונעם ערשטן סאטמארן רבי'ן זי"ע וואס איז געווען רב אין די שטאט סאטו-מארע, און איינע פון די זאכן וואס ער האט געדארפט צושטעלן אלס זיין דזשאב איז געווען א שבת שובה דרשה.

אויך אין סיגעט האט מען אלעמאל געהאלטן דרשות. ס'איז נאר א נייער מנהג פון דעם היינטיגן "דער סיגעטער" נישט צו האלטן קיין דרשות.

די סיבה דערצו איז אז ער איז א גרויסער מן הארץ און קען נישט לערנען קיין אות אחת, און אלעמאל ווען ער האלט א דרשה גיט ער שטאף פאר די סאטמארע חסידים אפצולאכן פון אים, דעריבער האט ער איינגעצוימט זיינע דרשות צו א מינימום, און ער דרייט זיך ארויס פון רעדן ביי יעדן געלעגנהייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 06:04 לינק ישיר 

פאקט !

דער בעל "ויואל משה" האט קיינמאל נישט געזאגט קיין שבת תשובה דרשה אין אמעריקא

און יא! דער בעל "דברי יואל" האט אויך קיינמאל נישט געזאגט קיין שבת תשובה דרשה אין אמעריקא

אין די "שטאט" סאטמאר האט ער יא געזאגט א דרשה אין די "שטאטס שול" (נישט אין די סאטמארע שול) אלס שטאטס רב.

פאקט !

דער בעל ברך משה האט קיינמאל נישט געזאגט קיין שבת תשובה דרשה אלס סאטמארע רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 06:20 לינק ישיר 

פאקט!
 
דער רבי שליט"א איז שטאט רב אין קרית יואל (איך ווייס אז די וואלסט געוואלט אז נישט. אבער פאקט איז פאקט)

פאקט!

און אז מען קען נישט זאגט מען נישט.

תוקן על ידי - גאסט - 03/10/2006 6:21:37



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2006 06:26 לינק ישיר 

פאקט

ר' אהרן האט געהאלטען זיין דרשה אין וויליאמסבורג ווי ער איז לכל הדעות נישט די שטאטס רב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 06:43 לינק ישיר 

איך האב מורא אז דו ווייסט נישט וואס די ווארט "פאקט" מיינט (קוקט אויס דו ארבעטסט טאקע פאר AP).

סאטמארער רבי, וואס איז נאך אלס שטאט רב אין קרית יואל על אפו ועל חמתו פון משה לייב דייטש, האט געהאלטן א דרשה אין זיין שטאט, וואו ער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון א כח הרבנות.

און אגב, זאג פארן סיגוטער אז אויב וויל ער ווערן סאטמארער רבי זאל ער זיך זעצן לערנען. פאר נישט זאגן קיין דרשות קען ברוך מרדכי לעבאוויטש אויך זיין סאטמארער רבי, ער האט א שענערע בארד (און גלייב מיר, ער האט שוין געזאגט מער דרשות אלס 'סאטמארער רבי' ווי דעם סיגוטער...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 06:43 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס דער בעל ויואל משה/בעל דברי יואל האט נישט געזאגט א דרשה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2006 06:55 לינק ישיר 

ווארהייט

איך האב מורא אז די ביסט נאך שיכור פון די פייגלעך וואס די האסט געזעהן היינט ביים זעווענטין

מען רעדט דא אויב סאטמאר רבי האט אמאל געהאלטען א שבת תשובה דרשה (מען רעדט נישט פון וויזשניץ)

און נאכדעם איז געווארן א מדובר אויב ער איז שטאטס רב אין וויליאמסבורג

דאס אז ער איז שטאטס רב אין קר"י דאס ווייס איך, איך האב שוין כמה פעמים געהערט מפה קדשו "דא בין איך דער מרא דאתרא" בניגון הידיאה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 07:21 לינק ישיר 

בקשה רבה,

אזוי ווי דער סיגעטער עם הארץ וואס קען נישט קיין אות לערנען פרובירט זיך ארויסצודרייען פון זאגן תורה ביי יעדע געלעגנהייט וואס נאר שייך, בעט מען דעריבער פון סאטמארער היסטאריקער צו העלפן צוזאמשטעלן א פונקטליכע ליסטע פון אלעמאל ווען די סאטמארע רביס זכותם יגן עלינו האבן "נישט" געזאגט קיין תורה, אזוי אז דער סיגעטער זאל זיך קענען האלטן צו די מנהגים פון אונזערע הייליגע רביס, און ח"ו נישט משנה זיין קיין זיז.

אל תמנע טוב מבעליו.

געדענקט מנהג ישראל תורה היא.

נ.ב. תשואת חן לידידינו משה בן פראדל פאר'ן איבערגעבן אז דער בעל ברך משה זי"ע פלעגט נישט ליינען אין די תורה ימים נוראים אין די נישט געזונטע יארן. אזוי האט אונזער עם הארץ שוין אויך א תירוץ זיך ארויסצודרייען פון ליינען אין די תורה ימים נוראים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/10/2006 20:08 לינק ישיר 

היסטאריע ארויף היסטאריע אראפ

מנהג ארויף מנהג אראפ

ווער קען זאגן דרשות און ווער נישט?
ווער זאגט צענדליגער טויזענטער דרשות חידושים פלפולים א יאר און ווער נישט?

ר' זאלי וועט אלעמאל זיכן א תירץ פארוואס מען טאר נישט לערנען
צו גיין צו חתונות וועט ער נישט זיכן קיין תירץ פארוואס נישט ועוד ועוד...

ראו מה בין בני לבין חמי...


ביי דע וועי ווער האט (איבערגענומען?) ר' זאלי?

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 03/10/2006 20:10:50



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 20:18 לינק ישיר 

סאיז געווען איינמאל ביים רבי'ן זי"ע בעל ויואל משה פורים (אין די לעצעטערע יארן) וואס ער האט נישט געזאגט קיין דרשה


מער וועט ר' זאלי קיינמאל ח"ו נישט זאגן קיין אידיש ווארט פורים
הלמאי וויאזוי טרעטסטו אויף א מנהג?!!!!! דער רבי זי"ע (נישט דער פעטער ווייל ער האט אים נישט געקענט אלץ פעטער) האט נישט געזאגט טאר מען אויך נישט זאגן און דא קומט ר' אהרן און זאגט יא שומו שמים!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "קרית יואל איז נישט מאנסי!"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext