די פלאץ גייט זיין זייער גרויס, אבער סקוקט נישט אויס יעצט אזוי גרויס וועגן די דאך הייבט זיך אן זייער נידעריג. סגייט זיין ארום 40 טויזנט סק. פיס. נאכן אראפנעמען די ברענטשעס פון אלע 3 זייטן (אויף דרום צפון גייט זיין 10 שטאק, אין די בעק גייט זיין 12 אדער 14) מיט די אויבנאן, גייט נאך בלייבן כמעט 20,000 סק. פיס אינמיטן פונעם זאל פארן עסן און ביים טאנצן.
די נידעריגע דאך איז נישט אזא פראבלעם ווי די פרוכט בוים, סמאכט אז מזאל מוזן אריינרוקן נאך אפאר פיס די ברענטשעס אויף דרום זייט.
נשלח ב-18/10/2006 21:03
אפשר וואלט איינער געקענט אויסרעכענען פונקטליך (אן קיין גוזמאות)
ווי גרויס דאס איז גענוי, די ברייט און די לענג וויפיל סקווער פיס טאטאל וויפיל USEABLE סקווער פיס (פארענטשעס וכדומה).
אינעם טענט וואס איז גגעווען דאס יאר אין וויליאמסבורג שבת ראשונה (נאך כ"ז סיון) איז די טענט געווען בערך 16 טויזענט סקווער פיס אבער נוצן האט מען קארגע 13.5 טויזענט
א דאנק.
נשלח ב-18/10/2006 20:41
ס'הייבט זיך אן מיט א הויכקייט פון בערך 11 פיס ביז 8 פיס אריין איז שוין דא פלאץ פאר 12 שטאקיגע פארענטשעס (איך ווייס נישט וויפיל שטאק מען פלאנט צו לייגן און ווי הויך יעדע שטאק) איך שאץ לויט ווי שבועות איז געווען
מען קען נישט לייגן די פארענטש ביי די וואנט מען דארף האבן עפעס פלאץ צו דורך גיין און צו טראגן זאכען וכדומהדי ברייט איז קרוב צו 120 פיס וואס נאכן אראפ רעכענען די ביידע זייטן פארענטשעס בלייבט איבער 80 85 פיס און דאס איז נאר די ברייט
קוקענדיג די לענג עצה'איך דעם עולם צו קויפ ביינאקילערס
נשלח ב-18/10/2006 03:01
אפשר קען מיר איינער זאגן ווי הויך די דאך איז? עס איז געשטאנען אין בלאט אז עס גייט זיין ספעציעל הויך פאר די פארענטשעס, אבער עס זעט מיר נישט אויס אזוי פין די בילד. כ'הייב שוין אן מורא צו האבן אז די קרית יואל'ע קהלה זאל נישט פארפאטשקענען די חתונה פון רבינ'ס אינגסטע קינד.