בית פורומים כל העולם כולו

ימח שמו וזכרו!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2006 14:38 לינק ישיר 
ימח שמו וזכרו!!

כ'האב זיך געמוטשעט עטליכע וואכן צו מאכן אודיאו פיילס, ווי א נאַר האב איך געהערט דעם preview אויף Windows Media Player, אלעס האט אויסגעקוקט פיין און וואויל, ווי נאָר איך האב געמאכט פון זיי MP3 און געהערט אויף א נארמאלן CD פלעיער איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ, די סטיריא צוהאקט און צוזעצט! עס גייט פון רעכטס צו לינקס, פון לינקס צו רעכטס, מען קען אראפגיין פון זינען! די גאנצע ארבעט איינפאך לטמיון!

חוץ פון דעם וואס וואכן זענען מיר אויסגעריסן געווארן פונעם קאלענדער, וואס טוט מען מיט די פיילס? היש להם תקוה? קען מען דאס פארריכטן? און פארוואס א שווארץ יאר איז דער צודרייטער מייקראסאפט סאפטוועיר אזוי נישט נארמאל אז אלעס הערט זיך גלאט-כשר, ווען למעשה זענען דא ערנסטע פראבלעמען דערינען?

אין אלגעמיין האב איך שוין פונלאנג באמערקט אז דער פלעיער איז גארנישט ווערט, פארשידענע מוזיק סידיס האבן געשפילט זייער מאדנע און מיט א שטארקן ווידער קול, ווי נאר דער זעלבער סידי איז אריין אין א לעגיטימען סידי פלעיער - הערט זיך אלעס אין בעסטן ארדנונג,

ו ו א ס   ג י י ט   ד א   פ א ה ר ?

איינער קען דא העלפן??

NO MORE WINDOWS MEDIA PLAYER

איך מעק עס אויס פון מיין קאפיוטער זאל עס מיטן פאבריצירער ביל גיין צו אלדע בייזע רוחות


כ'האב פארגעסן צו וואונטשן אלע מיינע פריינד א גוט געבענטשט יאהר און א פרייליכן יום טוב. תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 05/10/2006 14:54:06



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2006 22:49 לינק ישיר 

נבוכדנאצר ווען איך האב געזען אז די שרייבסט ימח שמו וזכרו בין איך געווען זעכער אז די ווילדע קללות זענען זעכער אויף די ציונים...............
איך האלט אז דיינע פראבלעמען זענען א צויניסטישע קאנספירעסי...........
וואס די אידען אין די ציונים זענען שילדיג.........
אז די גלייבסט מיר נישט, קענסטו פרעגען אכככמעדיניזשאט.......

איך וואלט דיר גע'עצה'ט צי ניצען NERO עס קימט מיט צענדליגע פראגראמען פאר אלע מידיא באדארפענישען, עס איז גאר א פאפילארע פראגרעם, איך ניץ דאס אין איך בין העכסט ציפרידען, עס קאסט א נישטיגע $80 דאלאר, אבער אז די ווילסט קען איך דיר שיקען א סיריאל נאמבער אין אישי

מען קען עס דיינלאדען דא http://www.nero.com/nero7/enu/nero7-up.php




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2006 20:03 לינק ישיר 

ווען איך טרעף ביל געיטס וויל איך אים ...

געדענקט מייקראסאפט איז פאפולער ביליג אבער א שטיק מיסט גארנישט ווערד

נאך א זאך ווי א נייערע ווערזיען אלץ מער פראבלעמען

בלייב מיט די אלטע אפילו סוועט דיך פעלן די נייע זאכען
סאיז יצא שכרו בהפסדו

און די לעצטע איז געזאגט געווארן ביי אסאך אנדערע קאמפאניס אויך

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 05/10/2006 20:31:31



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2006 19:44 לינק ישיר 

געוואלד און געשריגן און גערופען.

איך וואונדער זיך שטארק אז א MP3 פייל זאל זיך אינקאודען אנדערש אויפ'ן רעגולער פלעיער ווי אינעם סאפטוועיר?

אפשר איז דיין אינקאודער נישט גוט? און עס נישט דער שולד פון מייקראסאפט? אפשר.
איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון ביל געיטס, אבער עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז די סאפטוועיר איז דיפעקטיוו, איך בין נוטה צו גלייבן אז ס'איז די אינקאודער. אדער DECODER, ס'איז דא א געוואלד און מ'דארף וויסן וועלכע צו נוצן.

אלענפאלס, איך שפיר דיין ווייטאג גאר פערזענליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ימח שמו וזכרו!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext