| נשלח ב-5/10/2006 15:12 |
|
| |
שלום עליכם: א נייע עפאכע
נאך די פארלאנג פון מיין חשוב'ע קאלעגע, בא ללמד, אז ער וויל זיך געזעגענען פון דעם פארום בכי
טוב, האב איך מסכים געווען אנצונעמען די פירערשאפט אין דעם פאפולערסטן פארום ביים היימישן
עולם. איך בין אלעמאל דא געווען צו פרובירן יעדן צופרידן צו שטעלן, און איך בין ווייטער דא
נאר אז ענק זאלן אלע זיין צופרידן.
און כדי די פארום זאל זיין צוגעשטעלט מער צו מיין געשמאק, און נאך די רעזיגנאציע פון אונזערע
געטרייע קאלעגעס מקוה איד און wassa dif, וויל איך אראפשטעלן מיינע פרינציפן בנוגע די
ווייטערדיגע פירערשאפט פון דעם פארום. איך וועל גארנישט אראפנעמען פון די פאליסיס וואס בא
ללמד האט פארלאנגט און איינגעפירט ביים אנפירן דעם פארום, איך בין נאר אינטערעסירט אביסל צו
טוישן דעם ביז יעצטיגן אויסזען פונעם פארום.
אנשטאט ווי ביז היינט ווען די פארום איז געווען ריין פאר פאליטיק, בעיקר פאר איין זייט אין
סאטמאר, וויל איך צוערשט דא לאדענען יעדן איינציגן וואס וויל זיך אויסגעבן פאר סיי וואסערע
פאליטיק, אהרונים, זאלונים, באבוב 45, באבוב 48, צאנז, צאנז קלויזענבורג, and so on. יעדער
איז העפליך געלאדנט צו קומען דא אויסגעבן זיין בויך ווייטאג, בתנאי אז עס איז אויף א
נארמאלן באזעסענעם שטייגער, אלעס אזויווי עס וועט שפעטער געמאלדן ווערן אין די תקנות!
דאס צווייטע וואלט איך געהאט שטארק חשק אז דער פארום זאל נישט זיין באזירט בלויז פאר חסידישע
פאליטיק, נאך אלעם דארף עס רעפלעקטירן "די גאנצע וועלט", און איך וויל אז מען זאל זען דא מער
וועלטליכע נייעס אויכעט. איך האב אלעמאל געהאלטן אז ס'דארף זיין א פלאץ אויף אידיש וואו מ'זאל
קענען זען וועלטליכע נייעס, אז מ'זאל נישט דארפן קריכן אויף פרעמדע פלעצער צו זען די נייעס.
חדשות אנ"ש איז געווען שטארק אויסגעצייכנט אין דעם, און איך האב אליינס געהערט - אלס מנהל
משנה אין חדשות אנ"ש - פון מערערע מענטשן אז זיי האבן אויפגעהערט צו קוקן ביי די נייעס
וועבסייטס אדאנק חדשות אנ"ש. און איך האב שטארק חשק צוריקצוברענגען יענע צייט.
ברכה והצלחה און א גוט געבענטשט יאר פאר אונז אלע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 20:05 |
|
| |
פאטאקי
דארפסט נישט זיין קיין ראסיסט סאו, אז דער מנהל איז א באבוב'ער חסיד טויג נישט.
גראדע איז פשטידא זייער מעסיג, און איך גלייב נישט אז עפעס ראדיקאל וועט זיך טוישן
סאטמארע נייעס וועט מען אי"ה ווייטער שרייבן, העכסטענס נישט ציווילדעוועט... איז וואס?
איך בלייב אי"ה דא ביז מ'וועט מיך ווארפען...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 19:47 |
|
| |
איך זעה שוין אז מיין זיין אויף היידפארק איז א פארגאנגענהייט (וועל איך גיין ביזנעס) חוץ אויב סעפענט זיך א נייע ריין סאטמארע נארמאלע פורום אן קיין שמוץ און אן צודרייטע זאליס (נארמאלע יא)
צודערזאך האט עס גוט ארויסגעברענגט און לויט ווי דור האחרון זאגט איז דער מנהל נישט קיין סאטמארער סאו וואס האמיר צו זיין דא העכסטענס כאפן א בליק קוקן די העדליינס
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 19:38 |
|
| |
האמת אגד ולא אכחוש.
שוין גאר א לאנגע צייט צוריק, בהילו נר של זשובוי על ראשינו, ווען מיר זענען געזעצן איש תחת גפנו ותחת תאנתו אין חדשות אנ"ש, און איך בין דערהויבן געווארן אלס "מנהל משנה", פלעג איך שטענדיג בעטן מיין ליבען ידיד הרב דזשובוי שליט"א, אז ער זאל ערלויבן אויסצולופטערן אויך אנדערע נייעס און פאליטיקס, נישט דוקא סאטמארער מחלוקת.
די סיבה דערפון, איז נישט ווייל איך בין א באבוב'ער חסיד, און איך וויל באשמוצן איינעם פון די רבנים, 48 אדער 45. חלילה. איך בין דירעקט א באבובער חסיד וועלכער גייט צו ביידע טישן, ביידע הויפן, ביידע רבי'ס, און איך שפיר זיך גליקליך זיך צו פארווע געשטימט.
מיין ידיד ר' דזשובוי האט אבער נישט געוואלט. ער האט בשום אופן נישט געלאזט אריינמישן קיין אנדערע מחלוקת אויסער סאטמאר. פארוואס ווייס איך נישט. איינמאל האט ער מיר יא געזאגט אז די סיבה איז ווייל סאטמארער פאליטיק איז נאך בחסד, (נאך אנשטענדיג....) אבער באבוב'ער פאליטיק צי קלויזנבורגער אדער טאהשער מחלוקת איז פיל מער אגרעסיוו, און דאס וויל ער נישט אריינלאזן ביי אים אין פארק.
איך האב זיך געמוזט אונטערווארפן אונטער זיין דירעקטיוו, צי עס האט מיר געשמעקט אדער נישט. צי איך האב מיטגעשטימט מיט אים אדער נישט. איך האב דירעקט נישט געהאלטן אז ער איז גערעכט, אבער פארט האב איך זיך מכניע געווען פאר אים.
אצינד, אז מ'האט אויף מיר ארויפגעשטעלט די אויפגאבע פון מנהל פון כל העולם כולו, וויל איך טאקע דאס שטעלן אלס דער פרינציפ אז ס'איז כשמו כן הוא: כל העולם כולו.
מ'קען זיך קריגן, מ'מעג זיך מתווכח זיין, אבער מענטשליך.
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו
ידידכם, פשטידא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 19:32 |
|
| |
איך בין פולקאם איינשטימיג מיט'ן נייעם פלאן, און איך טוה דא עפנטליך באגריסן די אויפנאמע פונעם "סאטמאר-אומאפהענגיגען" דערפאר "סאטמאר-אומפארטייאישער" מנהל-משנה שושנת-יעקב.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 19:30 |
|
| |
am fully with u פשטידא! keep it up!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 19:14 |
|
| |
איך באגריס גראדע יא דעם טויש. איך האב אלץ בעסער ליב געהאט חדשות אנ"ש ווען ס'האט געהאט נייטראלע מנהלים. זיי קענען קוקן אויף יעדע זאך מיט א נייטראלע בליק. אויך וואלט איך דוקא יא געקענט באשטיין צו נעמען אמאל א ברעיק פון סאטמארע שמוץ, און מיטהאלטן וואס טוט זיך ערגעץ אנדערש. פשטידא, צלח ורכב!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 19:10 |
|
| |
וואס קענסטו טאן אז די סאטמארע גולשים ווילן מער נישט פירן קיין פורום'ס. פון פרעמדע קענסטו נישט ערווארטן זאלן פירן אן עקסקלוסיוו סאטמארע פורום.
און בכלל זעה איך נישט קיין פראבלעם דערמיט, בחדרי חרדים איז די מערסטע סוקסעספולע פורום, און אלעס גייט דארט, ווילאנג מ'שרייבט נארמאל, עווענטועל וועט כל העולם כולו זיין די אידישע בחדרי חרדים...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 18:45 |
|
| |
אמת, אוודאי איז גוט ס'זאל דא זיין אויך אלוועלטליכע נייעס.
מיין פוינט איז: איך האב גענוג איבערן קאפ מיט מיין קהלה נייעס, איך ברויך נישט באבוב, קראסנא, סקוועיר, און בעלז.
יישר כח פארן מיך אויסהערן
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 16:55 |
|
| |
וואס איז אזוי גוט צו ארומלויפן צו מערערע פורום'ס?
איז נישט בעסער צו האבן אלעס קאנסאלידעיטעד אויף איין פורום?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 16:55 |
|
| |
דו וועסט ווייטער קענען קוקן און לייגן דא די נייעס פון דיין קהילה. איך בין נישט אינטערעסירט
צו מאכן א צווייטע חדשות אנ"ש. אויב עפעס וויל איך מאכן א צווייטע "חדשות אנ"ש בארה"ב
ובעולם", נאר אן די צודרייטע אטאקעס וואס מ'האט דארט געזען יעדן מאנטיג און דאנערשטיג.
איך בין אויסדריקליך אינטערסירט אז מ'זאל ווייטער שרייבן דא פאליטיק, פון אלע ביידע זייטן פון
סאטמאר, און פון אלע אנדערע קהילות. איך ווייס אויך אז ס'דארף זיין אזא פארום אויף היידפארק.
אבער איך וויל אויך זען דא וועלטליכע זאכן, וואס איז בעצם "מיין" געשמאק און ציל פון זיצן
אויף היידפארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 16:52 |
|
| |
סארי, איך האלט נישט דערפון.
פאר נייעס קוק איך "חדשות אנ"ש", פאר מיין קהלה, קוק איך דא. איך בין נישט צופרידן מיט דעם טויש.
דו ביסט מנהל, דו טוה וויאזוי דו פארשטייסט, איך לאז נאר הערן מיין קול.
|
|
|
|
|