| נשלח ב-6/10/2006 02:25 |
|
| |
וואס זאגט איר צום צייטשריפט?
[צום ערשט וויל איך באגריסן דעם פאזיטיוון טויש דא אינעם פארום, איך בין שוין גאנץ לאנג דא א
מעמבער, אבער וויפיל איך געדענק האב איך זיך נאך קיינמאל נישט אנגערופן דא. ס'איז נאך ביז
דערווייל כמעט נישט געווען קיין נארמאלע טעמעס דא. איך האף אז פון יעצט און ווייטער וועלן די
נארמאלע שרייבער זיך שפירן דא מער אנגענעם, און מען וועט דא צושטעלן אינטערעסאנטע שטאף. איך
וועל פרובירן געבן מיין חלק אויך דא...]
איך מיין אז יעצט ווען מ'האלט שוין פיר וואכן וואס די צייטשריפט/שריפט קומט שוין ארויס, איז
שוין גענוג א לאנגע צייט צו קענען מאכן א איבערבליק אויפן צייטונג/מאגאזין.
דער עיקר וואס וואלט לכאורה געווען אינטערעסאנט צו הערן דעם מיינונג פונעם עולם, סיי בנוגע די
עצם אויסגאבע, איר קוואליטעט, שיינקייט, אד"ג. און די מיליאן דאלער פראגע: קען אזא זאך
אנהאלטן? איז דא א מעגליכקייט פאר א אומפארטייאישע אויסגאבע, וואס געט ארויס דריי קאלירטע
מאגאזינען יעדע איינציגע וואך, אויסער א צייטונג, אנצוהאלטן פינאנציעל?
איך וועל אנהייבן מיט מיינע צוויי סענט.
די עצם אויסגאבע איז צעטיילט אין צוויי, דער מאגאזין, און די צייטונג.
איז אזוי, פון די מאגאזינען נעם איך אין די האנט בלויז דעם צענטראלן מאגאזין, די אנדערע צוויי
בלייבן בדרך כלל שיין מסודר אין די ארגינעלע בעג...
די מאגאזין וואס איך קוק יא, איז יעדע וואך דערווייל געווען ליידיג פון עפעס אינטערעסאנט
[ווען זיי האבן פארמאכט דעם שטערן רעד איך], פאריגע וואך דער אתרוגים ארטיקל איז כאטש געווען
אין מויל צו נעמען, אבער די ערשטע צוויי [איינס לייף אינשורענס, די צווייטע?] זענען ממש
גארביזש. דער אומאן ארטיקל האב איך נאכנישט געליינט, אבער איך ריש זיך נישט צו טרעפן דארט מער
ווי א פאר גוטע זשאוקס אויף די נ נח נחמניקעס.
די צייטונג דארף שוין מער א גרונטליכן אנאליז. די נייעס דארט איז נישט עפעס איי איי איי, און
דארף נאך א גרויסן תיקון. סיי מיט די פריאריטעטן, סיי מיט דעם תוכן. ס'קוקט נישט אויס אז דער
שרייבער פון די נייעס האט ארויס די מעשה, ס'קוקט אויס ווי ער האלט אפן א בוך און ליינט הויך
ארויס דערפון.
די ארטיקלען די לעצטע 2-3 וואכן איז שוין יא געווען עפעס מער ווערטפול, איך בין ספעציעל
אנטציקט פון די רעפובליקאנער/דעמאקראטישע דעבאטעס, בדרך כלל העכסט אינטערעסאנטע טעמעס, מעג
זיין אביסל מער א פאלקסישע שפראך, פארפארט אמאל צו ווייט.
מיט דעם ארטיקל פון דעם רעפובליקאנער "געט אוט די וואט" מאשין האב איך זיך באלעקט די פינגער!
מילא די ארטיקלען וועגן דעם דייטשן שפיאן, און די פאלשע בריטישע געלטער, דאס זענען דאך די
ארטיקלען וואס האבן געמאכט דעם שטערן פאר א "שטערן"!
אויב וואלטן זיי מיר געפאלגט, וואלטן זיי גענצליך צוגעמאכט דעם צייטונג, ס'ברענגט זיי
גארנישט, יעצט זאלן זיי צוריק עפענען געהעריג דער שטערן ווי אמאל אין די גוטע צייטן. העכסטנ'ס
נאך וואס זיי זענען גענוג מצליח, קענען זיי צוריק עפענען דעם צייטונג.
די פינאנציעלע חשבונות פאדערן שוין א באזונדערע תגובה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 02:35 |
|
| |
בנוגע פינאנציעל בין איך שטארק סקעפטיש, אבער מ'דארף אפטיילן דעם מאגאזין פונעם צייטונג.
זיי מוזן לכאורה פארקויפן פון יעדע עקסטער כאטש 5-6 טויזנט שטיקלעך צו קענען בלייבן אויפן
וואסער, נאר זיך צו דעקן אליין, אן צו מאכן רווחים. און דאס נעמט שוין אין חשבון די רווחים
פון די אדווערטייזמענט'ס, וואס איראניש וועט דער אנוועזנהייט פון די צייטשריפט זעלבסט שטארק
קלאפן דעם פרייז פון אדווערטייזמענט'ס, עפ"י חשבון.
אויפן צייטונג וואלט איך נאך גרייט געווען אנצונעמען אז זיי וועלן קענען פארקויפן 6 טויזנט
שטיקלעך א וואך, כאטש לויט ווי ס'קוקט אויס האלטן זיי נאך זייער ווייט דערפון. פארשטייט זיך
נאר בתנאי אז זיי וועלן זיך שטארק פארבעסערן אין די נייעס אפטיילונג, און ברענגען יעדע וואך
פרישע חומר - א ביטערע עבודה.
דעם מאגאזין וועל איך נישט גלייבן אז זיי קענען פארקויפן אפילו 4 טויזנט שטיקלעך, ס'איז 3.50
געספענדט פאר גארנישט, ס'איז כמעט אוממעגליך אז זיי זאלן קענען אנקומען צום נאמבער פון 6,000.
און דער מאגאזין קאסט צו דרוקן פינף מאל אזויפיל ווי א צייטונג, אפילו מ'דרוקט עס אין ארץ
ישראל. אפגערעדט פון צאלן די גראפיקער, דעזיינערס, וכו'.
איין מעלה האט דער מאגאזין, אז אן אדווערטייזמענט דארט וועט זיין פיל מער ווערט ווי אינעם
צייטונג, אבער איך גלייב נישט אז דאס וועט זיין גענוג איבערצושטייגן די חסרונות דערפון.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 02:41 |
|
| |
און אגב, וואס איך האב געשריבן אלס "מיליאן דאלער פראגע" איז נישט אינגאנצן ריכטיג... לויט א
שנעלן חשבון קען מען רואיג רעכענען אז ארויסגעבן אזא אויסגאבע קאסט, גראסס, א קנאפע צוויי
מיליאן דאלער א יאר!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 03:44 |
|
| |
איך שרייב נאר אין קורצען מיין מיינונג.
לדעתי האבן זיי א טעות געמאכט מיטן אריין שפרינגען אין פיר באזונדערע וואסערן אויף איינמאל. העטן זיי מיך געפרעגט פריער וואלט איך זיי געראטן אנפאנגן בלויז מיט א "צייטונג" און א "מאגאזין" פאר לענגערע באשרייבונגן איבער אינטערעסאנטע היסטארישע טעמעס, אדער וואס ס'זאל נאר נישט זיין. אריין לייגן די "צוויי" טיילן אין א פלעסטיק בעג. פארקויפן די ביידע חלקים צוזאמען פאר בלויז צוויי דאלער (!) [אין "אידיש" רופט מען דאס "אינטראדאקשאנערי פרייז"...] אבער לעומת זה משקיע זיין "אלע" זייערע כוחות אין די צוויי טיילן אז ס'זאל רינען די שמאלץ... און דער עולם זאל זיך באלעקען די פינגער פון די הענט מיט די פיס צוזאמען...
נאך איין אדער צוויי יאר אנגיין אויף דעם שטייגער, מעלדט מען פארן עולם אז ס'גייט זיין "דראמאטישע" פארבעסערונגען אינעם "צייטשריפט". בקיצור, מ'רייצט אן דעם אפעטיט פון'ם עוילם גוילם (חלילה.. ס'איז נאר א שפריך-ווארט...) און שבת פרשת "כי תשא" קומט מען ארויס מיט א צווייטען מאגאזין, און א דריטער חלק אין דעם פעקידזש, וואס איז געווידמעט פאר קינדער. די אלע באבע-מעשות, קעסטעלעך, רעטענישן, שפילערייען וכו', בקיצור מען מאכט דעם עולם עקסיידעט און מ'גיט נאך א גוטע סיבה פארוואס רבי יענקל זאל ענדערש ספענדן זיין דריי דאלאר פאר א "צייטשריפט" ווי איידער פאר א "צייטונג" מיט א "בלאט" (חלילה... ס'איז נאר א משל...), פארשטייט זיך אז אין די ערשטע צוויי חלקים מאכט מען אויך געוויסע שינויים לטובה אז ס'זאל "אויסזעהן" גאנץ עפעס אנדערש ווי פריער, "בעיקר" אין די גרעפיקס, און "אביסעל" (אדער אפילו א "טראפעלע") אין די תוכן... ס'זאל זיין "פנים חדשות באו לכאן" (חלילה... ס'איז נאר א פסוק...).
און אזוי גייט מען "סטעפ ביי סטעפ" (ווי מען זאגט אויף "אידיש"..), ביז מען ערייכט דעם געוואונטשענעם ציל, פיר אדער פינף אדער זעקס מאגאזינען, און א צייטונג לשם ולתפארת. (אזוי האבן זיך געבויעט "משפחה" און "בקהילה" און ארץ ישראל).
פארשטייט זיך אז מיט יעדן הוספה העכערט מען דעם פרייז מיט א דאלער, אזוי אז ביים ענדע קען מען טאקע אריין לייגן פיר אדער פינף טיילן און בעטן דערפאר פינף גאנצע דאלאר, אבער דאס "מוז" גיין צוביסלעך, פאמעלעך, לאנגסאם, צוגעוואוינען דעם עולם אז א שבת (חלילה... איך מיין מוצאי שבת...) אן א "צייטשריפט" איז קיין עונג שבת.
אבער, זענען זיי דאך געווען קלוגער פון מיר, און זיי האבן מיך נישט געפרעגט וואס צו טון, נו יעצט גיי ברעך קאפ...
פארזעצונג נעקסטע וואך בעזרת השם (דאס איז א ברכה (?) אויף "לשון הקודש"...)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 04:17 |
|
| |
איך האב שוין לאנג אפגעמאכט אז איך שרייב מער נישט, אין איך וועל עס בל"נ אנהאלטן אבער ההכרח לא יגונה, איצט אין די צייטען ווען היידפארק גייט דורוך א נייע תקופה האב איך מיר גענימען א היתר אויף געציילטע טעג
אפשר_דאך
דיין תגובה איז נישט מענטשליך ,אין נישט תורה'דיג, פרינט עס ארויס גיי צי צי סיי וועלכע דיין אין פרעג צי עס גייט נישט אריין אין דער כלל פין ארור מכה רעיהו בסתר דאס וואס מיר שרייבען דא מיט די נישט אמת'ע אינדענדט גיט נאך נישט קיין היתר אויף לאוון דאוריתה'ת
חוץ מזה, דיין תגובה שמעקט ווי א קאמפאטישען פין די צייטשריפט האט עס געשריבען עס שרייט פין זיך אליינס פין יעדע צווייטע שורה
א מענטש איז משקיע וועכענטליך טויזענטער דאלארן, צי מאכען פרנסה ער צוויגט קיינעם עס נישט צי קויפען,, ער בעט א טייערן פרייז, עכ"ז גייט עס אן שוין א היבשע שטיק צייט מאסען מענטשן קויפען עס, מאסען מענטשן זענענן ציפרידען דערפין, ער פארקויפט מער שטיקלעך א וואך ווי "דער איד" אין "דער בלאט", ווי האסטע די העזה צי נעמען שרייבען אויף אזא פראדוקט טויזענטער ווערטער ווי שלעכט עס איז??
אפילו אויב עס זאל זיין דיין קאמפאטישען {אזוי זעט עס אויס} איז ער נישט א איד?? ווען דער בלאט איז ארויסגעקימען איז עס געשטאנען פיל ערגער ווי ער שטייט יעצט!! מיט די צייט ארבעט מען זיך ארויף!! גיב אים נאך אפאר חדשים אין ער וועט זיין די טאפ!!
לענ"ד ביסטע ניטאמאל גערעכט ווייל למעשה האבן טויזענטער מענטשן יעדע וואך הנאה דערפין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 04:42 |
|
| |
שושנת יעקב, איך האב יעצט באמערקט דיין תגובה, קודם מזל טוב פאר דיין התמנות, עס זאל זיין מיט הצלחה יישר כח פאר דיין תגובה, עס קיקט אויס ווי קענסט שוין באלד בעסער אידיש ווי איווריט..
לענין, איז דען דער "צייטשריפט" ערגער ווי דער "איד" אדער דער "בלאט"??? לענ"ד שטייט עס פיל העכע ווי דער איד/בלאט אין תוכן, {איך רעד נישט פין די נייעס אז אדמו"ר מ'ספינקא, בארניאוו, חוסט, שאשמארג, האט זיך משדך געווען מיט אדמו"ר מ'זעטשויב ,קרעטשניף, בארדיאב, זעלקעוו, מיט די סארט נייעס וואס דער איד/בלאט איז פיל. איז אפשר יענטץ בעסער} אבער סתם נייעס, איז לדעתי דער צייטשריט אסאך בעסער, שענער, מער צי דער זאך, וכדומה עס איז אפשר נאך נישט אויף דער העכסטע דרגה ווי עס קען זיין, אבער ער גייט קלאר אויפן גיטען וועג
אדרבה, זאג די מיר וועלכע פין די דריי אלטע צייטונגען האלסטע איז בעסער ווי דער צייטשריט,??? אין מיט וואס?????
תוקן על ידי - moshe06 - 06/10/2006 4:44:03
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 05:03 |
|
| |
ר' מוישה דער זעקסטער!
קודם כל א ישר כח פאר אייערע ווארעמע ברכות.
לגופו של ענין, איך האב בכלל נישט אנגערירט דעם נקודה פון בעסער, שענער, אינטערעסאנטער א.ד.ג. איך האב נאר גערעדט פון די חיצוניות, ד.ה. די גאנצע פראיעקט ארום און ארום (די רבי אין חדר פלעגט זאגן ארינגס און ארום), און אנדערע ווערטער איך האב אין מיין פריערדיגע רעאקציע געדינט אלס "פינאנציעלע ראטגעבער" (יועץ כלכלי) און אין זשארגאן גערעדט: "תפסת מרובה לא תפסת, תפסת מועט תפסת!" כמבואר באריכות אין מיין פריערדיקע תגובה.
לגבי די שיינקייט? אפילו ס'איז נאך אביסעל פרי צו זאגן אבער איך מיין אז דער שריפט איז אויסערארדענטליך ספעציעל שיין אהער געשטעלט! איך האב דאס לעצטע וואך די ערשטע מאל געזעהן, און אביסעל געלייענט אויך, און איך האב הנאה געהאט פון יעדען בלעטל באזונדער.
איך וואונטש אייך גרויס הצלחה אין דעם פראיעקט, און לדעתי, איז דער ציבור "ענטייטעלט" צו באקומען וועכענטליך א נייטראלע צייטונג, וועלעכער "דערציילט" געשעהענישן, און "ציטירט" השקפה, און נישט פארקערט (כידוע ליודעי ח"ן) און גיט גלייך-רעכט פאר אלע חרדישע קרייזן בלי שום יוצא מן הכלל.
די סיבה פארוואס איך בין באזארגט, האב איך שוין אנגעכאפט אויפן שפיץ גאפל אין מיין פריערדיקע תגובה, און איך בין נישט בכוח כרגע דאס צו פארברייטערן, אבער איך האף נאך אימער אז איר וועט האבן גרויס הצלחה מיט סייעתא דשמיא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 06:48 |
|
| |
לכבוד סוכות פעקעל איך זיך אריין צום שווער זאל זיין געזונט, ווי איך קען נישט ליינען נישט-מיר-נישט-דיר מה שליבי חפץ, האב איך געבעטן מיין פרוי צו קופן אידיש ליין מאטריאל, וואס אימער ס'איז דא אויפן מארקעט ס'זאל קלעקן פאר א גאנצן יו"ט, אריינגערעכנט דעם רגל בפני עצמו.
אין בית מדרש בלא חידוש ואין רגל בלא עיתון חדשה. כאב אנדעקט דער/די/דאס שריפט ( א צייטונג) און צייטשריפט (א מאגאזין).
כ'האב בלויז געבלעטערט און א ביסל געליינט. די מאגאזין איז נישט מיין געשמאק (מיין שווער זאגט אבער אז ס'איז זייער גיט, בלשונו: ס'איז מורא'דיג!) די צייטונג (שריפט) קוקט יא אויס ווי מ'קען דערויף מאכן א הטוב והמטיב.
מיר קוקט אויס אז די עדעטאריעל באורד אין די שריפט (אויב אזא זאך עקזיסטירט) שאצן נישט אונטער די אינטעלעגענציע פון אירע ליינער'ס. זיי פרובירן צו דעליווערן היי קוואליטי זשורנאליזים פאר מענטשן וואס האבן EXPECTATIONS. זיי שטעלן זיך אהער צו מענטשען וואס זענען "פארגעקוקט" אין וועלטליכע נייעס און פאליטיק, נישט קיין מתחילים.
דער בלאט און דער איד קעיטערן גאר א באזונדערע מארקעט, מענטשען וואס ווילן וויסן וואס עס טיט זיך אינערליך פון זייער פארטיי, משא"כ דער שריפט צילט די מענטשען "אין א פארטיי" וואס ווילן וויסען וואס טיט זיך "אויסערליך פון זייער פארטיי," נעמליך וואס טיט זיך אויף די נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע ארענע. דער שריפט איז לאו דוקא קאמפעטיש פאר די פארטייאישע טעיבלויטס, וואס, בדרך אגב, שטייען זייער שמאל אין קוואליטעיט.
אויבנאויף איז דאס מיין אנאליז.
האטס מיר א חג שמח 
תוקן על ידי - average - 06/10/2006 6:49:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 15:05 |
|
| |
משה, איך ווייס באמת נישט וואס דו ווילסט. איך בין נישטא פאר קיין קאמפעטישאן פון די צייטשריפט, די צייטשריפט האט ניטאמאל קיין קאמפעטישאן. הלואי ווען זיי וואלטן געהאט. איך האב סך הכל אויסגעדרוקט "מיינע" פערזענליכע געפילן איבער דעם מאגאזין. אך און וויי וואלט געווען אויב מ'טאר נישט זאגן קיין - געהעריגע קאנסטרוקטיווע - קריטיק קעגן עמיצן וואס עפנט א ביזנעס פאר פרנסה. מיר גייט גאנץ ווייניג אן זייער יא אדער נישט סוקסעס, איך בין נאר ברוגז פארוואס מען האט מיר בארויבט דעם "שטערן" און קעניג פון ליין-מאטעריאל, נאר ווייל ישראל מענדל וואגשאל האט געחלומ'ט אז ער וויל מאכן געלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 19:58 |
|
| |
אפשר דאך. פון וואו ווייסטו אז ישראל מענדל וואגשאל "האט געחלומ'ט"? אפשר גייען זיי באמת מאכן
געלט?
פארשטייסט זיכער אליין אז שמעון ראלניצקי האט אויך נישט אומזינסט אויפגעגעבן זיין מאגאזין,
וויפיל איך ווייס איז ער אויך געמאכט פון בשר ודגים, און ער גלייכט אויך דעם גרינעם דאלער...
מיין מיינונג אויפן צייטונג איז געמישט, די מאגאזין האלט איך אויך איז נישט ווערט קיין 3.5
דאלער, אפילו אויב איך וועל עס האבן וועל איך עס אינגאנצן דורכליינען [אזויווי למשל פאריגע
וואך, ווען איין שרייבער האט געהאט גאנץ א אינטערסאנטע ארטיקל וועגן ר' ליפא שווארץ, און ער
האט עס אפגעהארגעט מיט די לאנגע פאר און נאך דרשות וואס האבן נישט געהאט קיין טראפ חן. די
פארזעצונגען זעען בכלל נישט אויס אינטערסאנט, די מעין ארטיקל איז גראדע יא גוט געווען, אבער
כ'האלט אז אן ערנסטע צייטונג וואס זיי שטעלן זיך אהער צו זיין וואלטן זיי געמעגט גיין פרעגן
אויך די קריטיקער פון די לולבים פארוואס זיי קריכן אויף די גראדע ווענט].
די צייטונג האב איך געקויפט די ערשטע וואך, און פון דאמאלטס קויף איך עס יעדע וואך. ס'איז
זייער אסאך אינטערסאנטע אינפארמעישאן, ספעשל פאר איינעם ווי מיר וואס גלייכט די אמעריקאנער
פאליטיק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 20:25 |
|
| |
קודם קאנגראטולאציעס . איך הער אז מ'וויל ס'זאל דא ווערן מער א געמיש. עס גייען זיין אויפן טיש נאך טעמעס אויסער פאליטיק, פאליטיק און פאליטיק, וואס איז שוין אביסל אריבער די גרעניצן ביי יעדן (אפילו ביי אזא חסיד ווי מיר...) און זאלן די טאפיקס זיין עפעס מער זאכליך וואס זאל זיין אינטערעסאנט צו שרייבן, ארגומענטירן אדער הערן דערוועגן.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
לגבי דעם צייטשריפט מאגאזין בין איך אפשר טיילווייז מודה צו אפשר דאך. עס זאגט מיר נישט עפעס ספעציעל. אבער דאס אראפרייסן דעם צייטונג די שריפט, דאס שוין נישט, דאס איז דער היפך פונעם פאקט.
איך האב עס דערווייל געקויפט כמעט יעדע וואך, און עס איז זייער זייער א שיינע ארבעט. נישט סתם געבעבלט ווערטער מיט ארטיקלען. רובא דרובא פונעם אינהאלט זאגט עפעס און איז באמת שיין. אויסער קען זיין פאר די וואס האבן בעיקר ליב צו האלטן א "דיקן " צייטונג, אנגעפילט מיט שטותים און חסידות, האבן טאקע א פראבלעם. אבער איך פערזענליך קוק ענדערש ביי לייען מאטעריאל אויף דער עצם אינהאלט.
שוין אפגערעדט דער סוכות צייטונג וואס קוקט אויס ווי א הערליכע און רייכע ארבעט, עס איז מיך – און אפגערעדט די בני בית - ממש מחי'. יעדע איינציגע בלעטל באזוןדער אינטערעסאנט. איבערהויפט רוקן זיי אריין "שטערן" סארט ארטיקלעך דא און דארט.
און איך וואלט אויך געוואלט הערן א תשובה אויף די פראגע וואס איינער האט שוין אויבן געשטעלט: וועלכע צייטונג איז בעסער, שענער אדער אינטערעסאנטער. אויסער די מעלה, וואס איך מוז זיך ניש אנקלאפן יעדע רגע מיט רביס און אדמורים. ביטע זיי מודיע ווי שנעלער, ווייל איך זוך זיי דרינגענד.
בנוגע זייער פינאנציעלער צושטאנד, זע איך אויך נישט וויאזוי זיי מאכן געלט, עכ"פ דערווייל. אבער עס גייט מיך קנאפ אן , איך קריך נישט ביי יענעם אין טאש, און ווילאנג עס וועט יא אנהאלטן , וועל איך עס אויסנוצן און הנאה האבן עד הסוף.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2006 01:37 |
|
| |
כ'מוז ענק זאגן, כ'האב געקויפט יעצט אויף סוכות די שריפט, נאר וועגן דעם אשכול, און איך מוז צוריקקומען און זאגן בפה מלא "טעיתי". ער מאכט א סופער סופער זשאב.
אמת, די נייעס בין איך נאך אלץ נישט צופרידן, אבער די עמיש נייעס איז אויסערגעווענליך גוט, מש צו באלעקן די פינגער. די ארטיקל וועגן די עמיש איז סתם אין די וועלט אריין, דערציילט נישט גארנישט און זאגט נישט גארנישט, אבער די נייעס איז פול פארס, יעדע דיטעיל, זאפטיג און געשמאק.
די זעלבע איז מיט די ארטיקל וועגן די געקראכטע פליגער, גוט אראפגעלייגט.
די ביליאנערן איז שוין אביסל טו מאטש, אבער נאך אלעם זייער אינטערסאנט.
KEEP UP THE GOOD WORK!
|
|
|
|
|