האט בד"ץ אראפגענומען די הכשר פון "קני סוף"?
מיט א שטיק צייט צוריק איז געהאט געשטאנען דא אין "בחדרי חרדים" אז דער בד"ץ האט אראפגענומען
דעם הכשר פון "קני סוף", ווייל די בענדלעך מיט וואס מ'האט צאמגעבינדען די סכך איז נישט געווען
דבר שגידולו מן הקרקע, און נישט כשר פאר סכך.
למעשה איז די נייעס נישט געווען געמאלדן אין ערגעץ אויסער דא, איך האב געווארט יעדע וואך צו
טרעפן די נייעס אין די היימישע צייטונגען ואין קול ואין עונה.
יעצט זע איך אויף "חדשות אנ"ש" אז התאחדות לאזט פארקויפן ווייטער געהעריג די סכך, למעשה טרעף
איך עס נישט אין בחדרי חרדים אויך נישט, קוקט אויס אז זיי האבן אראפגענומען די נייעס.
איז דא איינער וואס ווייסט עפעס דערוועגן? האט איר אויך געזען די נייעס אין "בחדרי חרדים"
[ס'איז געשטאנען דא אויבן ביי די העדליינס]?
|
|