| נשלח ב-6/10/2006 03:51 |
|
| |
מעכטיגע כשרות אסיפה אין סאטמאר-וומ"ס דעם חוה"מ סוכות
די התאחדות אברכים דסאטמאר פון וויליאמסבורג האט פאררופן א ריזיגע אסיפה וועגן כשרות, נאך די
נבילה סקאנדאל פון מאנסי, סגייען דארט אויפטרעטן גדולי הרבנים, הגאון האדיר שר התורה ר' משה
גרין שליט"א, דער וויליאמסבורגער רב שליט"א, הגאון ר' יושע כ"ץ, די וועלטס מומחה אין כשרות
היינט, און הגה"צ דומ"ץ קרית יואל.
אפילו די יו"ר גייט זיין א קנאקעדיגער רעדנער, ר' בנציון לאוב, א מייסטער דרשן.
סקוקט אויס אז סוועט זיין בע"ה א מוראדיג שטארקער סוקסעס.
איש בל יעדר!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 15:07 |
|
| |
אינטערסאנט, דער הרב כ"ץ גייט רעדן אין כאטש 5 פלעצער אין ניו יארק דעם חוה"מ! גייט ער איבעראל זאגן די זעלבע זאך?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 19:50 |
|
| |
גייט זיין צוגעשטעל באסעס פון קרית יואל אהין? און צוריק צו די גרויסע אושפיזא דאהרן?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2006 17:33 |
|
| |
תוקן על ידי - משמשבקודש - 10/10/2006 17:33:51
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2006 04:09 |
|
| |
סאיז געווען א אויסטערלישע סוקסעס, סאך מער ווי פארגעשטעלט בליעה"ר, די קהלה גייט ב"ה מן החיל אל חיל.
די גאנצע ביהמ"ד איז געווען געשטאפט, סאיז געווען א ריזיגע געדרייעכץ אריין און ארויס, נאך אלעם האט עס געדויערט 4 שעה!
אויך איז געווען א ריזיגע פרעמדע ציבור.
די בעסטע האט גערעדט הרב כ"ץ, א מוראדיג דראמאטישע דרשה מיט פאקטן און דוגמאות, ער האט פארלאנגט אז מדארף מאכן זייער וויכטיגע תקנות וואס ער האט אויסגערעכנט.
דער רב שליט"א האט געמאלדן די נייע תקנה פון רבין, אז ממאכט א ועד הכשרות פון די קהילה ר' בנציון לאוב ר' אברהם חיים מוטצען און נאך און מקען נישט אריינברענגען אין אלע בתי מדרשים און מוסדות נאר א קעטערער און פראדאקטן וואס האבן זייער השגחה!
בקיצור, אלע דרשות זענען געווען א שטארקע סוקסעס.
|
|
|
|
|