וויכטיגע מעלדונג וועגן חסידישע מחלוקת
אזויווי עס קומען נייע צייטן אויפן פארום מערצעשעם, שוין גערעדט דערפון פאריגע וואך, און
ס'איז דא ווער ס'וויל דוקא צוריקגיין צו די אור-אלטע צייטן פון חדשות אנ"ש, ווען מ'האט נישט
געקענט רעדן קיין גראד ווארט איינער מיטן אנדערן אן צו הערן קולות פון אלע זייטן, בין איך
מודיע בשם די הנהלה די פאלגנדע פאליסיס (אין די איילעניש, פאר דער גאנצער סעט תקנות ווערט
פארטיג):
1. מען מעג נאר רופן די שוין אפגעמאכטע צונעמען, אהרונים זאליס, אפילו טענטער און סיגוטער קען
מיטגיין, באט דעט'ס איט!. אין באבוב קען מען רופן רמ"ד רב"צ, 48 45, און
גארנישט מער! עובר זיין אויף די תקנה במזיד וועט ברענגען ביז חסימה.
2. די גאר וויכטיגע תקנה וואס איז געווען א שטיק צייט אינפארסד אין חדשות אנ"ש: ווען
איינער ברענגט א נייעס וואס אטאקירט דעם צד שכנגד, איז נישט ערלויבט בשום אופן צו עפענען קיין
קאנטער אשכול מיט א פארקערטע מעשה! פונקט ווי אין פאליס סטעישאן דער וואס באקלאגט זיך דער
ערשטער האט די אויבערהאנט, אפילו די מעשה קען זיין פונקט פארקערט! מאקסימום קען מען
אריינשרייבן אין די עקזיסטינג אשכול אז די מעשה איז געווען פארקערט!
|
|