| נשלח ב-10/10/2006 08:10 |
|
| |
מי שלא ראה שמחת בית השואבה זו לא ראה שמחה מימיו
איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן באשרייבן דו שמחת בית השואבה היינט און סאטמאר און ווילימסבוירג און די ריזיגע סוכה איך האב געזעהן און בחדרי חרדים
ווי איינער באשרייבט דאס אביסל נישט און אידיש וועל איך ברענגען זיינע ווערטער
נשלח ב-10/10/2006 07:41
bloozer04
ויכבוש אהרן את וויליאמסבורג
מי שלא ראה שמחת בית השואבה זו לא ראה שמחה מימיו לרגל אישפוזא דמשה ערך כ''ק מהר''א מסאטמאר שליט''א את שלחנו לכבוד האושפיזא בעיה''ק וויליאמסבורג בסוכה מיוחד שנבנה לכך להכיל את אלפי החסידים, אך המקום היה צר מלהכיל ובמשך שלש שעות עמדו שלשת אלפים חסידים זקנים ונערים, צפופים ועומדים, וכולו נוטף זיעה (גם אני בתוכם) ורקדו במלוא העוצמה וההתרגשות לכבוד האושפיזא ,איה הסופר אשר יכול לספר על ההתרגשות והקדושה שעברו אלפי החסידים כשבראש השולחן יושב האדמו''ר ומעודד בידו בחזקה בשירה ובזמרה,
הדב''ת אשר נמשך כשעה שלימא היה מתובל בדברי טעם ודרוש , ובסופו אף הוסיף דברי התעוררות בעניני השעה , ואף חיזק את החסידים להמשיך בבניית המוסדות ובהמשך הדרך על אף הקשיים, וסיים בדברי ברכה ותפילה.
אחרי התורה רקד האדמו''ר שליט''א בכל כוחוו בהתרגשות גדולה, ואיך לשער ולתאר את ההתרגשות והריקוד על השיר יודו לה' חסדו במשך דקות ארוכות, , כשהאדמו''ר והחסידים רוקדים בכל כוחם לכבוד החג _________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2006 17:22 |
|
| |
מבני בניו, סאטמאר האט געהאט די גרעסטע סוכה אין גאנץ אמעריקע, און ס'איז נאך אלץ געווען שרעקליך געשטאפט, אבער נישט געדאנגעט, מען וועט זיך לערנען פונעם היי-יאריגן טעות און בויען קומענדיגן יאר נאך א "גרעסערע" סוכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2006 17:11 |
|
| |
די געשפרעך פון טאג איז די נעכטיגע אושפיזא, די הערליכע תורה, די ווארימע דרשה, די געבעט נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין שטותים והבלים, די ריזיגע עולם, די פייערדיגע טאנצן נאך די תורה.
אבער איך קען נישט פארשטיין אונזערע עסקנים, פארוואס גרייטן זיי אלעמאל אן אזוי ווייניג פלאץ? מהאט נישט געקענט מאכן די סוכה אביסל גרעסער? סאיז געווען ממש סכנת נפשות.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2006 09:22 |
|
| |
איך זיך נישט צו עדווערטייזן סאטמאר, איך שרייב דא בלויז צו די תלמידי וחסידי רבינו שליט"א איבער די וועלט וואס האבן ליידער נישט געהאט די זכי' צו מיטהאלטן דעם מסיבה און זענען הינגעריג פאר א באריכט בצל רבינו.
מיינע פריינד! מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו! אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו!
כעל פרובירן אראפצולייגן א שטיקל בילד אין מהנה זיין אביסל אנ"ש די בכל אתר ואתר.
ווען מ'איז אנגעקומען אויף ווייט עוועניו, ס'האט אויסגעקוקט ווי די גאנצע שטאט איז דארט געווען, בלי גוזמא, טויזענטער אידן אנשים נשים וטף, האבן געווירבלט ביים אריינגאנג, די ווארימע יו"ט'דיגע ניגונים האבן געדינערט גאסן אוועק!
די סוכה איז אויף א אפגעשפארטע געסל, ביי ווייט אין פען, איין זייט גאס איז דער נייער בנין דער אנדערע זייט איז א פארק, די גרויסקייט איז בערך 4 מאל אזוי גרויס ווי ביים רבי'ן ז"ל, דאפעלט אזוי הויך, 12 שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן.
די סוכה איז געווען געשטאפט אל כל גדותיו, בשעת'ן זינגען האט דער גאנצער עולם מקטן ועד גדול הויך מיטגעזינגען מיט א דביקות, אין די זעלבע צייט זעטיגן זיך אן די אויגן צוזעהנדיג רבינו שליט"א אין זיין עבודת הקודש, איך זאג אייך בלויז צו זעהן דעם בילד ווי טויזענטער סאטמארע אידן אלע מקטן ועד גדול זאל אינאיינעם מיטזינגען איז א באזונדערע זכי', על אחת כמה וכמה, צו זעהן אויך ווי רבינו שליט"א זיצט מיט א יו"ט'דיגע שטימונג...אה!!! אשרינו!!!
די דברי תורה!!! אה אשרינו!!! איך זאג נישט קיין גוזמא, אויפן גאס אליין זענען געשטאנען בערך א טויזענט אידן און מיט א שטילקייט און פארגעניגן געשלינגען יעדעס ווארט...דער רבי נאכן מאריך זיין בדרוש האט גערעדט דברים ערבים לכבוד החג, איבערזאגענדיג מיט א מורא'דיגע התרגשות א ווארט פון זיין גרויסן טאטע'ן רבינו ז"ל הכ"מ, אויף א גמרא אין חגיגה, ווי רבא ברענגט א פסוק, מה יפו פעמייך בנעלים בת נדיב, כמה נאין רגליהן של ישראל בשעה שעולין לרגל, האט דער רבי ז"ל געטייטש לויט א חתם סופר אז דאס גייט ארויף אויף אידישע קינדער וואס זענען גרייט געווען אויסצוטאן די שיך פאר א צווייטן איד אין א נויט...דער רבי האט גערעדט איבער זהירות אויף עניני כשרות...דער רבי האט געלאדענט יעדעם צו די חתונה...אויך האט ער געבעטן מ'זאל זיך גרייטן צום נייעם וואונטער זמן אין עוסק זיין בתורה...אויך האט ער געבעטן אז מ'זאל נישט אונזין האבן די אלע פאליטיק...זאגענדיג בזה הלשון "מ'זאל זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די שטותים והבלים"...סאט געדארט בערך א שעה, נאכן דברי תורה האט דער רבי מיט א מורא'דיגע יגיעה ודביקות זיך משמח געווען בשמחת החג...בערך 1:00 האט זיך עס געענדיגט...
נ.ב. ווען איך האב ווען א פלאץ ווי איך קען בלויז צו אנ"ש חסידי רבינו שליט"א, וואלט איך ענדערש דארט געשריבן, פשוט ווייל איך גלייך נישט צו אדווערטייזן סאטמאר, און אויך איך וויל נישט אז רז"ל'ס חסידים זאלן מיינען איך וויל זיי טשעפען, אבסעלוטלי נישט...אויב א צווייטע חסידות וויל באשרייבן זייער רבי'ן, כל הכבוד..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2006 08:46 |
|
| |
די שענסטע איז געווען די דרשה פין מרן רבינו הגה"ק שליט"א , עס האט מיך געציטערט די ביינער ווען רבינו שליט"א האט געזאגט ער איז נישט מקנא דער רשע וואס האט אנגעמאכט די שעות ביטול תורה איך וואלט יענעם געראטען תשובה צו טוהן אין זעהן וואס ער קען נאך טוהן,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2006 08:34 |
|
| |
איך האב מיליאן מאל חרטה פאר'ן נישט פארן קיין וויליאמסבורג. יעדער וואס איז דארט געווען קען נישט אויפהערן צו רעדן ווי שיין ס'איז געווען.
אינמיטן די מסיבה האב איך באקומען די פאלגנדע טעקסט מעסעדזש פון מיין חבר.
We never had such a nice Mesiba like this Shpiza
איך האב זיך דאן געכאפט וואס איך פארפאס.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|