טענטער מנהג: מייקס אויפן גאס
אפשר קען איינער פון די טענטער דא מסביר זיין די מאדנע נייע מנהג פונעם טענטער, אז ביי זיינע מסיבות לייגט מען ארויס מייקס אויפן גאס? ווען משכיל ווידער פויעלט ענדליך ביי פישער אז דער טענטער זאל מסכים זיין צו זשאמפען איין נאכט אין וויליאמסבורג, אבי צו ווייזן פאר סאטמארער רבי שליט"א אז אין טענטע קהלה קען מען יא טאנצן, איז נישט גענוג געווען אז פון א סוכה הערט מען במילא ארויס אויפן גאס, נאר מ'האט געמוזט דארט מאכן מייקס אויפן גאס, אז מ'זאל הערן די קוויטשעדיגע "ויקומו לצחק" מוזיק נאך א בלאק ווייטער (אגב, א טענטער האט זיך מיר אויפגעטון נעכטן אז אמת אין סאטמאר איז געווען פונקט אזויפיל מענטשן און מעגליך מער מענטשן ווי אין טענטע סוכה, אן די גאנצע ריזיגע פראפאגאנדע וואס מ'האט געמאכט אין טענטא, אבער ביי די פרויען האבן זיי געווינען, ווייל ביי זיי זענען געשטאנען א בארג מיט פרויען קעגן איבער די טענטע סוכה/מייקס). אבער דאס איז נישט די גאנצע, נעכטן האבן זיי געמאכט א גענעראל פארזאמלונג וועגן כשרות, וואו משכיל ווידער האט גערעדט וועגן כשרן די בלאט און כשרן בעלז, אויך פון אמסטערדאם האט מען אימפארטעט א גאסט וואס האט איבערגעגעבן בשם דעם טענטער אז ער גייט נאכמאכן די ועד הכשרות וואס סאטמאר האט שוין אפאר יאר אין וויליאמסבורג. ביי די נארישע פארזאמלונג האט מען אויך למען השם ארויסגעלייגט מייקס אויפן גאס! פאר וואס? פאר וואו? פאר ווען? ס'איז געבליבן איינס פון די צוויי, אדער מאכט מען עס פאר די פרויען, די הויפט קלייענטעל פון די היינטיגע טענטע חסידות, אדער האט מען אין טענטע עוקר געווען מיטן שורש אזויפיל מנהגים און איסורים, אז מ'מוז אויפקומען מיט נייע מנהגים צו פארדעקן די לאך פון די אלטע. וואס איז ענקער הסבר אויף די משוגעת?
|