אין 'בקהילה' דעם סוכות (אינעם ביילאגע 'קולות') איז דא א אינטערעסאנטע שמועס מיט פאפא רב הגה"צ הישיש ר' יעקב יצחק ניימאן שליט"א אב"ד בעלזא במאנטריאל, ווי ער דערציילט אז אין חנוכה תשמ"ב! האט אים דער ברך משה זצ"ל איינגעלאדנט אויף א דיסקרעטע שמועס, און ביי דער אוועזנהייט פון איינער פון דעם רבינ'ס קינדער האט ער אים געבעטן 'טו אלס וואס מעגליך כדי צו ברענגען צו א שלום צווישן מיר אין דעם בעלזער רב (יבלחט"א)' דער רבי האט אים דאן געזאגט: 'איך בין א בעלזער חסיד, דער פריערדיגער בעלזער רב ז"ל איז געווען מיין סנדק, איך בעט אייך זעה צו מאכן שלום'
נאך א אינטערעסאנטע זאך דערציילט דארט דער פאפא רב, אז אין תשט"ז ווען דער דברי יואל איז געקומען קיין מאנטריאל אויף א שבת האט ער ערהאלטן א טעלעגראם פון רבי שלום פויגל ז"ל ווי ער מעלדט אים בשם כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע אז 'למען השלום זאל ער גיין צו די טישן פון'ם סאטמארער רבי'ן אזוי ווי אין די פריערדיגע יארן'
נשלח ב-27/10/2006 16:40
shoshanas, you remind me of a certain individual that asked
it all depends what the definition of the word "IS " is
you know what you were selling, and i know what im not buying, so