ס'איז נישטא די ווערטער אין מויל צו באשרייבן דעם הערליכן יום טוב וואס סאטמאר איז אריבערגעגאנגען.
דער סאטמארער רבי שליט"א האט געפירט הערליכע הקפות מיט צענדליגער טויזנטער מענטשן, אזש אז דער נייער בית המדרש איז געווען צו קליין פאר אזא ריזן ציבור.
מענטשן וואס זענען ארומגעגאנגען "הקפה שאפינג" זענען געווען ערשטוינט ביז גאר: אין סאטמאר זענען די 12 שטאקיגע פארענטשעס געווען געשטאפט אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. אין ראדני זענען די פארענטשעס געווען ליידיג, און כ'מיין נישט צו זאגן ליידיג, נאר ליידיג ליידיג. קיין איין יונגערמאן אדער בחור איז דארט נישט געשטאנען אויף די פארענטשעס. מען האט אויסגערופן בפקודת דעם סיגעטער בור אז יעדער איינער מוז אראפגיין פון די פארענטשעס, ווייל דאס בית המדרש איז געווען אזוי ליידיג אז ס'איז געווען בושות צו לאזן דעם עולם בלייבן אויף די פארענטשעס.
אין סאטמאר האט מען היינט שמחת תורה געענדיגט די הקפות א פערטל צו זיבן פארנאכטס, און רוב עולם האט שוין געגעסן די קרויט מוצאי שמחת תורה ווען אין אנדערע קרייזן האט מען שוין לאנג געהאט געענדיגט דעם יום טוב. ווען אין אנדערע קרייזן איז מען שוין לאנג געשלאפן האט מען אין סאטמאר נאכנישט געהאט געבענטשט פאר די יום טוב בייטאג סעודה.
נשלח ב-20/10/2006 02:03
סאיז נישטא וואס צו רעדן, די יו"ט האט געמאכט די זאך פאר סאטמאר אין וויליאמסבורג! ווער סהאט הענט און פיס איז דא געווען, אדער גערעדט צו איינעם וואס איז דא געווען, און איבעראל האט יעדער געמוזט מודה זיין אז אין סאטמאר איז דא כאטשיק 3-4 מאל אזויפיל ווי אין סיגעט. איין זאך איז געווארן איבערגעוויזן, אז די ראדניער האבן געוואוסט פון וואס זיי ציטערן אזוי שטארק פון רבי'ן שליט"א און דער נייער שול. ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען זייער א סך ראדניער בחורים און יונגעלייט געקומען "טשידן" וואס טוט זיך אין סאטמאר, און איך בין כמעט קלאר אז א סך פון זיי האבן באקומען ספיקות אין זייער אמונה. א פאר אירע האבן מיר געזאגט אז עס זענען געווען ראדניער וואס זענען געקומען כאפן א בליק, אבער זענען שוין געבליבן פאר א שטיק צייט מיטהאלטן די ווארימע "אריגינאלע סאטמארער הקפות".
מסתמא וועט דער איד יעצט געבן פאר זיינע אנהענגער נאך א שארפע דאזע קללות נמרצות קעגן רבינו שליט"א, כדי זיי אויפצוקלערן אז די ווארימע סאטמארער הקפות קומט פון די קליפה. איין ראדניער פון ארץ ישראל האט זיך דעם יו"ט אויסגעדרוקט צו מיינ'ס א חבר מיט קעלבערנע תמימות: "אמת אז עטס האטס געהאט א גרעסערן עולם, אבער אין ראדני איז דא א גרעסערער צדיק"...
נשלח ב-20/10/2006 01:51
דער גאנצער יו"ט איז געווען א שרעקליכער דורכפאל ביים סיגעטער רבי'ן, די גאנצע שטאט ממש איז געקומען קוקן וויאזוי עס קוקט אויס די הקפות, ער האט געהאט בערך א פערטל עולם פון סאטמאר, און א גאנץ יו"ט האט מען גערעדט איבער ממש די גאנצע שטאט בלי גוזמא, אז ער האט א פערטל עולם פון סאטמאר.
ס'איז נאך קיינמאל קיינמאל נישט געווען אזוי געלונגען פאר אונז ווי דעם יו"ט, ב"ה ! ס'איז די ערשטע מאל וואס די גאס האט באמת אנגעהויבן איינזעהן אז מיר זענען פיל גרעסער ווי זיי, און אז דאס איז די ארגינעלע סאטמאר.
גראדע ביי זיין נעילת החג טיש האבן זיך שוין יא צוזאמגעקראצט אביסל מענטשן, אבער ס'איז ווייט נישט געווען קיין פארגלייך צו סאטמאר, און איז אוודאי נישט געווען גענוג אוועקצונעמען דעם מעכטיגן אבנארמאלן עפעקט פון דעם חילוק ביי די הקפות.
ברוך השם.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 20/10/2006 1:52:08
נשלח ב-19/10/2006 18:44
ישכר בער טייטלבוים האט הושענה רבא צופרי ארויסגעוארפן ר' יעקעלע גליק פון ראדני, נאכדעם וואס ער איז געקומען פון בית המדרש הגדול דסאטמאר הופער און געזאגט פאר די זאליס אז זיי זאלן צוריק געבן ראדני פאר די אהרונים ווייל דא איז ליצנות און ליידיג און דארט איז געפאקט.
אזוי ווי ישכר בער האט עס דערהערט האט ער אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף אים שייגץ גיי ארויס די ברענגסט אונטער די קהלה.
ר' יעקב האט אים געזאגט וואס שרייסטו אויף מיר, איך בין דאך דא גיי אויף הופער און שריי דארט אויפן ריזן עולם פארוואס זיי קומען נישט אהער.
גאנץ יו"ט האט ר' זלמן לייב געהאט א 4'טל עולם פון וואס סאטמאר האט געהאט
חוץ איין זאך האט סאטמאר געהאט א 4'טל פון וואס ר' זלמן לייב האט געהאט
די טיש אינמיטן ביהמ"ד ביי נעילת החג איז ביי רז"ל געווען 16 פיס ברייט אין סאטמאר איז עס געווען די טיש אינמיטן נאר 4 פיס ברייט פינקט א 4'טל
נשלח ב-19/10/2006 04:32
מיין חבר דערציילט מיך אז ער איז געגאנגען שמחת תורה אין מקוה אין ראדני אינמיטן אנטוהן קומט צו צו אים אפאר זאליס אין זיי הייבן אים אן צו באשייגצען פרעגט ער זיי זאג מיר וואס שעלט עצט זאגן זיי אים פארדעהם זעמיר גוט פאר די מקוה אין דאוונען גייסטו אין האופער די נוצט אונס אויס ענטפערט זיי מיין חבר וואס זאל איך טוהן עס איז געשטאנעהן אין די בלאט אז מען זאל פרובירן צו גיין אין מקוה אין די קלענערע בתי מדרשים
נשלח ב-18/10/2006 22:05
מיש נישט אריין די עירוב פרשה דא, וואס איז אגב בכלל נישט מהודר.
_________________
נשלח ב-18/10/2006 22:04
מ'האט געמאכט 3600 הקפה'לעך פאר ליל שמיני עצרת וואס איז געפאלן אים שבת פארשטייט'זיך אז 1 שעה נאך לעכט צינדן איז שוין נישט געווען קיין זכר דערפון, אלעס איז שוין געווען צוכאפט!
נשלח ב-18/10/2006 21:27
ב"ה האסט זוכה געווען צו טראגען מיט די מהודר'דיגע עירוב וואס ווילימסבורג איז געבענטש מיט
נשלח ב-18/10/2006 21:05
כאב פארגעסן איין קליינע דיטעיל
שמיני עצרת ביינאכט האט מען צעשפרייט זאגערליך איינער האט עס מנדב געווען (ביטע שרייבן ווער, כ' געדענק שוין נישט) אזוי עס איז געווען שבת און מען האט נישט געקענט ברענגען די מחזורים לדבאונינו אזוי ווי איך וואין אין ק"י האב איך וואו יעדן צוזאםגעקנייטש און אריינגעלייגט אין טאש
איך ווייס נישט וואס ענק האבן זיך אויף מיך אנגעטשעפעט, איך האב גארנישט מיט סאטמאר, נישט
אהרוני נישט זאלי, א שלעכט מזל האט מיך געמאכט וואונען אין וויליאמסבורג, און איך בין פון טבע
א נייגעריגער.
איך בין קיינמאל נישט געווען אין ערגעץ, נאר יעצט ווען סאיז געווען עקשען בין איך געגאנגען
קוקען צוזאמען מיט יעדעם איינעם.
איך האב געשריבן וואס די זאליס זאגן, איך האב זיי געפרעגט פארוואס מפירט נישט די הקפות אין
נייעם שול, וואו סאיז דא הערלכע ריזיגע ברענטשעס האבן זיי דאס מיך גענטפערט, איך האב נישט
קיין אנונג אויב יא אדער נישט.
די איבעריגע זאכען האב איך געשריבען וואס איך האב געזען מיט די אויגען, אויב סגעפעלט איינעם
נישט קען ער געזונטערהייט זאגן אז איך בלאנג ערגעץ.
גראדע איז געווען א שיין בילד בשעת רבינו שליט"א האט געטאנצן, האט מען געזען אויף די בימה די זעלבע פנימ'ער ווי אמאל, ר' הירצקא צוויבל (ראה"כ), ר' שלמה זלמן שטיין (משב"ק), ר' ישראל מאיר פרידמאן, ר' משה פאלקאוויטש, און אזוי אויך לעבן רבי'ן שליט"א ביים ארום לויפן ביים טאנצן, ר' מאיר פערל, ר' הירצקא שטיין, פון צייט צו צייט ר' שלמה זלמן ווייס, און די אמאליגע סדרנים ר' אברהם סופר, ר שלום יודא שטרויס, און נאך
איך מיין נישט ח"ו אוועק צו מאכן די פרישע מסירת נפש'דיגע עסקנים און סדרנים, נאר דעי פון די אמאלי'גע געווארדיע האט געהאט אן אמאליגן חן, און האט מיר אויפגעברענגט אלטע זיסע און שטורעמישע....... זכרונות!!! און מסתמא פאר אנדערע אויך!