|
|
| נשלח ב-18/10/2006 22:05 |
|
| |
מיש נישט אריין די עירוב פרשה דא, וואס איז אגב בכלל נישט מהודר.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 04:32 |
|
| |
מיין חבר דערציילט מיך אז ער איז געגאנגען שמחת תורה אין מקוה אין ראדני אינמיטן אנטוהן קומט צו צו אים אפאר זאליס אין זיי הייבן אים אן צו באשייגצען פרעגט ער זיי זאג מיר וואס שעלט עצט זאגן זיי אים פארדעהם זעמיר גוט פאר די מקוה אין דאוונען גייסטו אין האופער די נוצט אונס אויס ענטפערט זיי מיין חבר וואס זאל איך טוהן עס איז געשטאנעהן אין די בלאט אז מען זאל פרובירן צו גיין אין מקוה אין די קלענערע בתי מדרשים
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 05:02 |
|
| |
איך האב געהערט אן אמת ווארט גאנץ יו"ט האט ר' זלמן לייב געהאט א 4'טל עולם פון וואס סאטמאר האט געהאט
חוץ איין זאך האט סאטמאר געהאט א 4'טל פון וואס ר' זלמן לייב האט געהאט
די טיש אינמיטן ביהמ"ד ביי נעילת החג איז ביי רז"ל געווען 16 פיס ברייט אין סאטמאר איז עס געווען די טיש אינמיטן נאר 4 פיס ברייט פינקט א 4'טל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 18:44 |
|
| |
ישכר בער טייטלבוים האט הושענה רבא צופרי ארויסגעוארפן ר' יעקעלע גליק פון ראדני, נאכדעם וואס ער איז געקומען פון בית המדרש הגדול דסאטמאר הופער און געזאגט פאר די זאליס אז זיי זאלן צוריק געבן ראדני פאר די אהרונים ווייל דא איז ליצנות און ליידיג און דארט איז געפאקט.
אזוי ווי ישכר בער האט עס דערהערט האט ער אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף אים שייגץ גיי ארויס די ברענגסט אונטער די קהלה.
ר' יעקב האט אים געזאגט וואס שרייסטו אויף מיר, איך בין דאך דא גיי אויף הופער און שריי דארט אויפן ריזן עולם פארוואס זיי קומען נישט אהער.
ישכר בער האט אים אנגעכאפט ביים גענאק און ארויסגעפירט מיט בושות
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 01:51 |
|
| |
דער גאנצער יו"ט איז געווען א שרעקליכער דורכפאל ביים סיגעטער רבי'ן, די גאנצע שטאט ממש איז געקומען קוקן וויאזוי עס קוקט אויס די הקפות, ער האט געהאט בערך א פערטל עולם פון סאטמאר, און א גאנץ יו"ט האט מען גערעדט איבער ממש די גאנצע שטאט בלי גוזמא, אז ער האט א פערטל עולם פון סאטמאר.
ס'איז נאך קיינמאל קיינמאל נישט געווען אזוי געלונגען פאר אונז ווי דעם יו"ט, ב"ה ! ס'איז די ערשטע מאל וואס די גאס האט באמת אנגעהויבן איינזעהן אז מיר זענען פיל גרעסער ווי זיי, און אז דאס איז די ארגינעלע סאטמאר.
גראדע ביי זיין נעילת החג טיש האבן זיך שוין יא צוזאמגעקראצט אביסל מענטשן, אבער ס'איז ווייט נישט געווען קיין פארגלייך צו סאטמאר, און איז אוודאי נישט געווען גענוג אוועקצונעמען דעם מעכטיגן אבנארמאלן עפעקט פון דעם חילוק ביי די הקפות.
ברוך השם.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 20/10/2006 1:52:08
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 02:03 |
|
| |
סאיז נישטא וואס צו רעדן, די יו"ט האט געמאכט די זאך פאר סאטמאר אין וויליאמסבורג! ווער סהאט הענט און פיס איז דא געווען, אדער גערעדט צו איינעם וואס איז דא געווען, און איבעראל האט יעדער געמוזט מודה זיין אז אין סאטמאר איז דא כאטשיק 3-4 מאל אזויפיל ווי אין סיגעט.
איין זאך איז געווארן איבערגעוויזן, אז די ראדניער האבן געוואוסט פון וואס זיי ציטערן אזוי שטארק פון רבי'ן שליט"א און דער נייער שול. ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען זייער א סך ראדניער בחורים און יונגעלייט געקומען "טשידן" וואס טוט זיך אין סאטמאר, און איך בין כמעט קלאר אז א סך פון זיי האבן באקומען ספיקות אין זייער אמונה. א פאר אירע האבן מיר געזאגט אז עס זענען געווען ראדניער וואס זענען געקומען כאפן א בליק, אבער זענען שוין געבליבן פאר א שטיק צייט מיטהאלטן די ווארימע "אריגינאלע סאטמארער הקפות".
מסתמא וועט דער איד יעצט געבן פאר זיינע אנהענגער נאך א שארפע דאזע קללות נמרצות קעגן רבינו שליט"א, כדי זיי אויפצוקלערן אז די ווארימע סאטמארער הקפות קומט פון די קליפה. איין ראדניער פון ארץ ישראל האט זיך דעם יו"ט אויסגעדרוקט צו מיינ'ס א חבר מיט קעלבערנע תמימות: "אמת אז עטס האטס געהאט א גרעסערן עולם, אבער אין ראדני איז דא א גרעסערער צדיק"...
 |
|
|
|
|
|