|
|
| נשלח ב-18/10/2006 19:35 |
|
| |
וואס מיינט דאס רב ואב"ד וויזניץ?
וואס קומט מיט דעם טיטול?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 20:01 |
|
| |
דער וויזניצער רבי שליט"א האט אים ממנה געווען אלס רב אב"ד וויזניץ און געשטעלט אלס בעל הבית איבער שיכון וויזניץ און איבער גאנץ וויזניץ איבער די וועלט - דער רבי שליט"א האט אינאיינעם מיט די וויזניצער ראשי הקהילה וזקני החסידים אונטערגעשריבען דעם קאנסוס ער"ח סיון תש"נ
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 20:58 |
|
| |
פון די חוה"מ בילדער דא קוקט אויס ווי ר' מענדל איז דערנאך.
ר' ישראל האט די זאך אין די האנט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 21:07 |
|
| |
איך מיין אויך אזוי, ר' ישראל האט די חסידים און הנהגה, און ר' מענדל האט א קונסעס...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 21:11 |
|
| |
קינדערלעך
דאהי איז פאראן א SAYING:
DONT JUMP TO CUNCLUSIONS שפרינג נישט צו קיין פעסטע אפמאכן.
מעגליך אז ווען די איצטיגע גבאים וועלן ווערן אויס (וד"ל) וועט זיך די זאך ענדערן.
עס איז קלאר אז די גבאים זענען דארט די וואס דרייען אלעס אן מיט'ן אלטען שוואכן רבין
לאמיר נישט מאכן קיין מיסטעיק. פינקט אזוי ווי ר' ישראל איז געווען אינדדרויסן און אויסגעשפילט בערך צוואנציג יאר און לעצטנס האט זיך עס אויסגעדרייט
קען זיך עס צוריקדרייען.
די וועלט זאגט: מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. WHO KNOWS?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 22:50 |
|
| |
אגב די בילדער פון ר' ישראל קוקען אויס העכסט אויפגעבלאזען זאלי סטייל. הגם עס זעט קלאר אויס אז ער האט רוב מנין פון ויזניץ
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 02:49 |
|
| |
אן נעמן א זייט. (איך האלט אז ס'איז בכלל נישט שייך, ווייל אין וויז'ניץ זענען שטענדיג אלע קינדער געווארן רבי'ס). הג"ר מנחם מענדל שליט"א וויז'ניצער רב, זעהט אויס אויפן פנים זעהר צובראכן, ממש א שבר כלי. איך מיין אז נישט אזוי האט ער אויסגעזעהן במשך די לעצטע פונפצען יאר ביז ממש לעצטענס. בין איך גערעכט?
(טאמער זעהט איהר חלילה אין מיינע ווערטער א פגיעה בכבודו הגדול של הגאון אב"ד ויז'ניץ שליט"א ביטע מאכט מיר אויפמערקזאם און איך וועל דאס פארעכטן)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 22:45 |
|
| |
געדענקט איינער די דרשה פון ר' מענדל ווען ר' ישראלטשע איז די ערשטע מאל צוריקגעקומען?
איך בין ראש השיכון... רב אין וויזניץ...
נוסח רז"ל'ס דרשה נאך ראזענוואסער'ס פסק
תוקן על ידי - פשטידא - 19/10/2006 23:10:57
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 03:23 |
|
| |
איך געזען דעס לינק וואס סים89 האט געפאוסט, עס קוק אויס זייער שיין, אבער איך קען נישט זיך גענוג אפווינדערן, ווי אזוי אזויפיל חסידים, וואס האבן אים נישט געוואלט קענען אדער געבן עפעס געלט!, פאר 18 יאר זאלן אזוי טאנצען לעבדיג ביי זיין טיש.
|
|
|
|
|