בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליכע תערובות ביי רעב ארון באגלייטען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2006 23:23 לינק ישיר 
שרעקליכע תערובות ביי רעב ארון באגלייטען

נעכטן האבן וויליאמסבורגער אידן געהאט די "זכיה" צו באקענען די TRUE COLORS פון רעב ארון פון וויזשניץ שעליטא. די תערובות וואס איז דארט געווען האט מען נאך קיינמאל נישט געזען נישט נאר אין סאטמאר, נישט נאר אין וויזשניץ, נאר בכלל ביי א חרדישע מסיבה און מעמד! נאר ביי די פרייע מעמדות! בושה און חרפה!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2006 23:39 לינק ישיר 

תערובות אין סאטמאר?
BIG DEAL ! ! !
געדענקסט אפשר ר' שרה שארמאשער?
געדענקסט אפשר די סאטמארע רעבעצין ע"ה
זיי האבן זיך כסדר געדרייט צעווישן מענער,
זעט אויס אז אין סאטמאר איז תערובות נישט קיין עבירה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2006 00:06 לינק ישיר 

גראדע איז ער גערעכט, נישט אז מ'האט עס געטאן במזיד, נאר עס איז געווען זייער אומ-ארגענאזירט און אומ-אויסגערעכנט, סיי די מענער און סיי די פרויען האבן זיך אריינגעשטיפן אין די שמאלע היוז סטריט גאס און מ'איז געווען צודריקט אינאיינעם.

מ'לערנט זיך פון מיסקעיקס, נעקסטע מאל וועט מען נישט אריינלאזן קיין שום פרויען אויף די הויז סטריט גאס אויך גייט מען זיכער מאכן אז צופיל מענטשן דריקן זיך נישט צאם אין פארנט פון רבי'ןס הויז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2006 02:23 לינק ישיר 

ס'איז געווען געיטס לענגאויס איין זייט סיידוואלק אויף היוז סט. און די נשים זענען געווען אינעם געיט
עס איז שקר צו זאגען אז ס'איז געווען תערובות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2006 06:32 לינק ישיר 

נאכדערצי אין די גרויסע נייע שול אויף האפער (די ווייסע שול... )בשעת די הקפות איז די האלבע ביהמ"ד געווען פיל מיט פרויען בקיצור ווי מען האט זיך גערירט איז געווען תערובות די באגלייטן תערובות איז גארנישט  קעגן א גאנץ יו"ט תערובות 

                                       נאר כך גזרה חכמתו של רבינו קען איך נישט שרייבן איך טאר נישט שרייבן די רבי לאזט נישט  מער דאס שרייב איך נאר אזויפיל מיז איך אויסזאגן דעם אמת כדי נישט אפציפאפן דעם גאנצן דור (האחרון) ... 

יעטץ וויל איך דא אויפריפן אינזער אלעמען באקאנטען מגיד הרב "צבי הירש" המכונה "לץ"       איר דענקט אים...

דער עולם זאל זיין שטיל הרב מהייד פארק גייט זאגן דברי מוסר בנוגע די געוואלדיגע תערובות וואס אין פוצה פה ומצפצף דערנאך וועט רעדן דער וועלטס פארזארגאר הרב אלטר משה אדמו"ר מ'בעק (ער) ... 


תוקן על ידי - פטעטעלע - 17/10/2006 6:34:38



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2006 16:43 לינק ישיר 

אוי, אוי אוי, וויי געוואלד, דו פארציילסט מיר נייעס? נאך א מזל ר' זלמן לייב לאזט שרייבן אין אנדערע פורום'ס..., איך בין דא געווען אויף יום טוב, מיינסט איך האב געוואלט אריינקומען, שקר, מ'האט מיך געצווינגן, יא, ממש מיט די זעלבע טעראר מיטלן ווי ביים רבינס ערשטע שבת אין ווילימסבורג.. מ'האט מיך געסטראשעט מ'וועט מיר אויפזאגן דעם פאסטן,

איך בין געווען הושע"ר אין ביהמ"ד, דו מיינסט איך האב געוויינט פון די דרשה, עההה, איך האב געוויינט צוזאמען מיט נאך טויזענטער אידן איבער דער טעראר וואס קומט פאר, וואס הייסט מ'צווינגט מענטשן אוועקצופארן פונדערהיים אויף א יום טוב, ווען וועט שוין UJO קער נעמען פון אזאנע מענטשן וואס צווינגן ארויף וואס זיי ווילן אויף טויזענטער אידן.

אוי האב איך געוויינט ווען מ'האט מיך מיט כח אריינגעצוואונגן אין די תערובות, ס'איז אזעלכע געמיינע מענטשן געווען, דו ווייסט מ'האט דאס געטוהן ממש במזיד, מ'האט דירעקט אויסגעקליבן יוז סט. ווייל דאס איז א שמאלע גאס, און קיינער פון גאנץ וויליאמסבורג וועט נישט באמערקן וואס טוט זיך דארט אפ אין די שפעטע מוצאי יו"ט נאכט שעות.

און די מיינסט נאר מיין בלוט האט מען געצאפט, איך האב פאר דיר נייעס, אויך וויאזוי הייסט ער, ר' געציל, יא, ר' געציל בערקאוויטש, דער דיין פון מאנדרוי, ער האט מיר געזאגט בסוד סודות, אז מ'האט אים געסטראשעט אויב ער קומט נישט אריין נעמט מען אויף ר' משה פרידמאן פון בארא פארק! קענסט אים?..

אזוי צו טערעראזירן מענטשן, אומגלויבלעך.

אינאמתן האבן מיר אויך געוואלט האבן פרויען-פאליס ס'איז עכט אינטערעסאנט פאר אונזערע קינדער, ליידער האבן מיר נישט געהאט די זכי'. געב איבער די ווערטער פאר דיינע חברים אין ענקער פורום.. תוקן על ידי - פשטידא - 17/10/2006 17:22:01



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2006 17:22 לינק ישיר 

תערובות אין וויליאמסבורג איז א אומדערהערטע זאך...

ווייל ווען עס איז דא תערובות לייגט מען ביימעלע אז מ'זאל עס (כאטש) נישט זען.

דא האט מען פשוט פארגעסן צו לייגען ביימעלעך... אזא חוצפה..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2006 22:43 לינק ישיר 

קיינער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז גאנץ יוז סטריט וואס איז הונדערטער טויזענט סקווער פיס וועט פיל ווערן
און אויף לי עוו. און בעדפארד איז אויך געווען טויזענטער מענטשען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליכע תערובות ביי רעב ארון באגלייטען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext