בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

פון וואו שטאמט דער ניגון?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2006 23:29 לינק ישיר 
פון וואו שטאמט דער ניגון?

שמחת תורה, א יום טוב וואס מען זינגט און זינגט, און מען הערט כמעט נישט אויף צו זינגן אין לויף 48 שעה, קומט אויס צו הערן א ריזיגע אויסוואל פון ניגונים. טייל בתי מדרשים האבן באשטימטע ניגונים אויף די הקפות, יעדע הקפה "קומט" מיט זיין ניגון, אנדערע פרובירן יעדע אנדערטהאלבן מינוט א צווייטן ניגון, דער עיקר: עס זאל הייבן דעם עולם, מען זאל קענען הייבן די שטומע און די פיסעלעך לכבוד די גרויסע שמחה.

אזוי צווישן איין ניגון'דל און דעם צווייטן, האב איך זיך ערלויבט א קלער צו טאן: פון וואנעט שטאמט אט דער ניגון וואס דער עולם זינגט דא?

ביי רוב ניגונים האב איך גלייך געקענט כאפן אויפן תנועה צי דאס איז א חב"ד'סקער ניגון, פארצייטישע ניגון פינדערהיים אין צאנז, אדער בעלז, און אזוי ווייטער.

ביי איין ניגון האב איך דערווייל נישט געפונען דעם מקור דערפון, וויל איך זיך אינטערסירן דא ביי די יודעי דבר, פילייכט וועט איר מיר קענען ארויסהעלפן:

ווער האט פארפאסט / פון וואנעט שטאמט דער ניגון וואס ווערט געזינגען איבער די גארע וועלט אויף די ווערטער קה זכות אבות יגן עלינו, נצח ישראל מצרותינו גאלינו, ומבור גלות דלנו והעלנו לנצח על מלאכת בית ה'?



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2006 00:02 לינק ישיר 

אפשר בעלז מז"ט 3 ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/10/2006 03:48 לינק ישיר 

אנטשולדיגט ! יאך האב א טעות געמאכט, יעצט געהערט דעם טעיפ און ס'איז גראדע א שיינער ניגון אבער נישט וואס דו זיכסט,

ואתכם הסליחה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/10/2006 16:24 לינק ישיר 

ערהאלטן אין אישית:
_______________
gevald01
~~~~~~~~~~~
דער ניגון קה זכות אבות איז לכאורה נדבורנה
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~

וזאת אשר השבתי לו:
דו מיינסט אז די וועלטליכע ניגון, וואס ווערט געזינגען איבעראל (א שאד איך קען נישט מאלן דא קיין נאטן..) אויף ק-ה זכות אבות, שטאמט פון נדבורנא?? איך האב געמיינט אז עס איז אן אלטע ניגון.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2006 19:32 לינק ישיר 

gevaldig01 שרייבט ווייטער אין אישית:

עס איז דא אן אלטער נדבורנה טעיפ עס זינגט דארט מנחם איילבוים די ניגון גייט אזוי:
קה זכות אבות, זכות אבות יגן עלינו, זכות אבות יגן יגן יגן עלינו (2)
אהוי, נצח ישראל מצרותינו גאלינו ומבור גליות דלינו, דלינו והעלינו (2)
לנצח לנצח לנצח על מלאכת בית ה' (2)

----

דאס קוקט טאקע אויס ווי דער ניגון פון וואס איך רעד.

איז דאס נמנו וגמרו אז דאס איז אן נאדבורנער ניגון??



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2006 00:33 לינק ישיר 

וואס האט דיר נדבורנא געטוהן אז דו ווילסט נישט בשום אופן משלים זיין מיט'ן פאקט אז ס'איז זייער'ס ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/10/2006 01:52 לינק ישיר 

אז מהערט נישט דעם שטיקל איז טאקע זייער שווער צו וויסן פונקטליך פון וואס מרעדט, אבער דער באקאנטער קה זכות אבות וואס מזינגט איבעראל איז יא א בעלזער ניגון וואס איז פארפאסט געווארן אדער דורך איינהארן אדער דורך קאליש, און סאיז אגב נישט אזא אלטע ניגון, סה"כ בערך 15 יאר אלט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/10/2006 16:33 לינק ישיר 

http://www.yousendit.com/download/eG0xYRlAbWw%3D תוקן על ידי - happyjew - 18/10/2006 16:40:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 23:39 לינק ישיר 

באקומען אין אישית פון שמחהלע: "הניגון שהעלית הוא 100 אחוז ניגון נדבורנא, הולחן ע"י ר' מנחם קליין לפני 25 שנה בערך (זה נמצא על הקלטת הראשון שלהם, שמרה נפשי כי חסיד אני) "



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2006 05:14 לינק ישיר 

קאמענטאטאר;

עס שטערט מיר לגמרי נישט אז עס איז א נדבורנא ניגון, מיר האט זיך נאר צוגעדאכט אז עס שטאמט נאך "פונדערהיים"...

זיידיאנטשי;

איך רעד פון א ניגון וואס איז עלטער פון 15 יאר לכאורה.

העפידזשו;

יישר כח פאר די מוזיק, טאקע פון דעם רעד איך.

יישר כח שמחה'לע!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/10/2006 17:58 לינק ישיר 

יאנטשי זיידע: אויב מיינסטו דעם קה רבון וואס איך האב אויבן דערמאנט (ניגוני בעלז מזל טוב ג') איז עס ווי ווייט איך ווייס בכלל נישט אדער כמעט נישט קיין באקאנטער ניגון (אפשר אין בעלז יא)

By the way מיין איך אז Gevaldig101 האט פארמישט די יוצרות, איך געדענק נישט אויף זיכער אויסעווייניג אבער איך מיין אז "מנחם איילבוים" זינגט אויף דעם בעלז'ן טעיפ דעם אנדערן קה רבון (איך וועל עס אי"ה דאבל טשעקן ביינאכט). תוקן על ידי - קאמענטאטאר - 19/10/2006 18:03:38



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > פון וואו שטאמט דער ניגון?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext