| נשלח ב-17/10/2006 02:35 |
|
| |
לאווען עפענט נייע ת"ת אין טאהש!
ר' מיילעך טאשער האט צוגעשפארט די ת"ת פאר יו"ט, קיינער ווייסט נישט פארוואס, די תירוץ איז אז ער האט נישט קיין געלט, אבער ר' מיילעך אליינס איז א גרויסע עושר און וואלט געדארפט האבן גענוג געלט. לאווען האט זיך געכאפט אויף די מציאה און געעפענט א נייע ת"ת, איבער האלב פון טאש האט זיך דארט איינגעשריבען, ער נוצט די אלטע ת"ת בילדינג וואס איז אויף זיין נאמען און ר' מיילעך קען אים נישט ארויסווארפען. די איבעריגע קינדער פון טאש פון די מענטשען וואס האלטן מיט ר' מיילעך זענען היינט נישט געגאנגען אין חדר.
תוקן על ידי - פשטידא - 18/10/2006 4:57:00
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 02:56 |
|
| |
אויב דעס איז אמת, איז דאס א שטארקער פראסק פאר ר' מיילעך, דאס מיינט אז ער האט מיט דעס נערישען שריט אוועקגעגעבן/(צוריק געגעבן) דעם חדר פאר לאווען.
רי מיילעך וואלט געדארפט וויסען בעסער פון דעם, אז א חדר שפארט מען נישט צו, ספעציעל ווען ער אליין האט אזוי גוט געשפילט ווען לאווען האט געמאכט דעם זעלבען מיסטעק ביי די מיידל סקול.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 19:52 |
|
| |
איך הער נאכמער, אז לאווען האט געשטעלט ר יחזקאל לעווי די עלצטע זון פון ר' מרדכי טאשער
בנשיאות פון די נייע מוסד, ער טענהט אז ביי דין תורה וועט ער געווינען ווייל ער איז די יורש
דאורייתא.
די טאשער קענען ממש נישט פארשטיין ר' מיילעך פאר אזא נארישע מואוו, זיי שרייען אז ער האט זיך
געשאכטען בידים, ווייל מווייסט שוין לאנג אז ר' יחזקאל זוכט אונטערצוגראבן זיין פעטער, און
יעצט האט אים ר' מיילעך עס איבערגעגעבען אויף א גאלדענע טאץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 18:59 |
|
| |
איך הער אז פין די אריבער 350 קינדערלעך קע"ה זענען איבער 200 צוריק אין די לאווענ'ס תלמוד תורה, קען דאס איינער באשטעטיגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 21:09 |
|
| |
דאס איז די צעטיל וואס די הנהלה האט אהיימגעשיקט מיט די קינדער ערב סכות.
קרעדיט: ארגענעליר.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 14:11 |
|
| |
איך הער אז נעכטען איז געווען א כאאס אין טאש, ר' מיילעך האט אויכט געענפעט דעס חדר אין דעם זעלבען בילדונג, עס איז געווען א שטארקער צומישעניש.
ווער עס האט מער פרטיס זאל ביטע אפדעטען דעם עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 23:14 |
|
| |
[באקומען אין אישית פון הרוצה בעילום שמו:]
איך בין געווען אין טאהש אויף יו"ט, און ווי איך הער איז עס נישט אזוי פשוט, ר' מיילעך זעלבסט זוכט נישט צו באגראבן לאווען און לאווען זיכט נישט צובאגראבען ר' מיילעך, ווי באוויסט האט זיך לאווען מוסר נפש געווען צו בויען ר' מיילעך אלע יארן, און עס איז געווען צווישן זיי כאהבת יונתן ודוד, נאר עס איז א מחלוקת צווישן בני לוי און לאווען, און אז זיי טאנען אז לאווען קען נישט און טאר נישט פירן ווייל רשע וכו', לאזט זיי ר' מיילעך פירן און זיי טיען די זעלבע רשעות, ווייל ר' מיילעך וויל זיך נישט צוקריגן מיט זיי וועגן ביזנעס וכו' ווייל געוויסע פון בני לוי זענען שותפים וכו'……., ביז דער עולם וועז זיך פארעקלען פון זיי, און זיי וועלן אליינס איינזעהן אז עס איז נישט פאר זיי און זיי וועלן איינזעהן אז מיט לאווען קען מען נישט פירן מערכות, און דעריבער שרייבט ר' מיילעך נישט זיין נאמען אלס תובע לדין תורה, און דעריבער העלפט זיי ר' מיילעך נישט ארויס מיט געלט, ביז יבא יומם………………. מיט דעם ווערט פארענטפערט אלע טפשות פון ר' מיילעך, און לאווען וועט מאכען זעכער אז ר' מיילעך וועט נישט האבן שאדען, און אזוי אויך וויסן אלע סודות פון ר' מיילעך'ס אזוי גערופענע שונאים און עס צושטערן, קלאמפירשט געהאלפן
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 23:26 |
|
| |
זייער א שיינע פשעטעל, אבער שווער צו גלייבן, נאכדערצו נאכדעם וואס די טאהש'ע קהלה בראשות ר' מיילעך האבן אים אזוי באשמיצט אין אלע צייטונגען,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 14:34 |
|
| |
מר. עילום שמו, אוי וואלטן די טאשער געוואלט אז עס זאל זיין כאטש אמת וואס די שרייבסט, ביזדערווייל שלאגט מען זיך אין טאש אויף אזא פארנעם וואס מען האט נאך קיין ערגעץ נישט געזען, נישט אין סאטמאר, נישט אין באבוב, נישט אין וויזניץ, און נישט אין גער, קודם האט מען פארמאכט די מיידל סקול, און יעצט האט מען פארמאכט די איינציגסטע "תלמוד תורה" דאס איז א חידוש אפילו אין די היינטיגע מחלוקות, יא מען האט שוין ליידער געהערט אז מען שלאג זיך אין א שול, אבער אז מען זאל אריין נעמען די קינדער די "תקנות של בית רבים" אין מחלוקות אזאנס האט נאך נישט פאסירט.
די ליידענע זענען נישט ר' מיילעך, לאווען, ניימאן'ס אדער רויטמען, די אלע בעלי מחלוקה האבן זיך אנגעפילט אלע יארען זייערע אייגענע טאשען מיט גרויס געלט, די וואס ליידען זענען די פלענע טאשער וואס האבן זיך מוסר נפש געווען די אלע יארן צו וואוינען אין טאש אן "ארץ לא זרועא" פאר אידישקייט, און יעצט האבן זיי נישט קיין מיידל סקול, נישט קיין תלמוד תורה און נישט קיין ברויט אין שטוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 18:14 |
|
| |
"תקנות של בית רבים"
הא הא האהאהאהאהא האאאהא העהעהעה
ביסט א גרויסער "תענית חלום"
וואס וואלט געווען אויב די שרייבסט אזוי
"תִּינוֹקֶת שֶל בֵּית רַבָּן"
|
|
|
|
|