| נשלח ב-17/10/2006 03:22 |
|
| |
אדמו"ר מבעלזא שליט"א: מיידלעך זאלן נישט גיין ארבייטן
"אזוי אויך, זאל מען אכטונג געבן, די וואס האבן עלטערע מיידלעך אין שטוב פאר די חתונה, נישט שיקן ארבייטן, נישט אין קיין פאבריקן און נישט אין קיין אפיסעס. און ס'איז נישט קיין נפקא מינא אפילו אויף א פלאץ וואו דער בעל הבית איז א ערליכע איד. ס'איז דא אין דעם אסאך שאלות.
די בעסטע און זיכערסטע זאך איז אין מקומות רוחניים, שיקן דאס מיידל אין שולע און לערנען וואו די מחנכות און לערערינס און חבר'טעס זענען אונטער א גוטע השגחה.
און בכלל דארף מען אכטונג געבן, סיי אויף די אינגלעך און סיי אויף די מיידלעך, אויף זייערע חברים און מיט וועם זיי זענען זיך מתחבר. א שלעכטע חבר, אדער א שלעכטע חבר'טע קענען אסאך מקלקל זיין, און ווען מען ווערט געוואויר איז שוין צו שפעט"
מתוך דא"ח ב'שטייענדיגע תורה' מוצאי שמחת תורה תשס"ז ע"י כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 03:27 |
|
| |
דרייסיג יאר נאך קאשוי?:
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 03:33 |
|
| |
הרב שושנת יעקב
דא איז א גענצליך סאטמארער פורום ביטע נישט ברענגן קיין נייעס פון גענצליך השקפה פרעמדע הויפן, אלס געטרייער מנהל/סגן מנהל וואלסטו דאס געמעגט אליין פארשטיין
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 03:55 |
|
| |
ברוינפן
איר האט א טעות, דער נאמען 'כל העולם כולו' באדייט גאנץ עפעס אנדערש.
און לגבי 'השקפה פרעמדע הויפן' פארשטיי איך אינגאנצן נישט, די צוויי חילוקים צווישן בעלזא און סאטמאר (אנטייל נעמען אין די עלעקשאנס אין ארץ ישראל, און צוריק נעמן א טייל פון דאס געלט פון די קאסע פון די שטייער צאלער) איז דאך אויסדרוקליך אין הלכה נישט אין השקפה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 04:54 |
|
| |
ברוינפן, קענסט גארנישט טאן. דער נייער מנהל פשטידא וויל דוקא אז דער פארום זאל זיין אפן פאר אלע קרייזן.
אויב ווילסטו ס'זאל צוריק ווערן א סטריקטלי סאטמארער פארום, אפשר פועל'סטו ביי בא ללמד ער זאל צוריקקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 17:17 |
|
| |
שושנת יעקב
איך האלט אז דער כ"ק אדמו"ר מבעלזא איז (ליידער) % 100 גערעכט.
איך זאג "ליידער", ווייל דאהי אין חו"ל איז זייער שווער פאר אזעלכע זאכן איינצופירען.
אין ארץ ישראל איז "יד רבנים תקיפה", ווען רבנים הייסן יעדן נוצן נאר "מאושר" פאלגט מען. דאהי איז ארץ אוכלת רבניה, און איך בין נייעריג אויב בעלזער רבי שליט"א וועט דאס קענען איינפירן דאהי אין אמעריטשקע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 17:27 |
|
| |
איך גלייב נישט אז ער וועט עפעס קענען אויפטוען דא אין אמעריקע, זיינע מענטשן זענען זייער צושפרייט און א קליינע מינדערהייט דא אין אמעריקע. (אנדערש ווי זיי זענען אין ארץ ישראל)
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2006 17:28 |
|
| |
הרב ברוינפן,
דער פארום היינט צו טאג איז גענצליך נייטראל
אין יעדע מין וועג וואס ס'קען ווערן אזוי אנגערופן דער פארום באלאנגט מער נישט צו סאטמאר, און קיין שום אנדערע חסידות
|
|
|
|
|