| נשלח ב-17/10/2006 21:41 |
|
| |
ספר תורה פאלט שמח"ת אצל הקפות פין האדמו"ר ממאנסי שליט"א
ביי די הקפות פין האדמו"ר מוויזניץ מאנסי איז איהם ארויסגעפאלען די ספר תורה פין די האנט מען האט געפסקנ'ט די אלע וואס האבין געזעען זאל געבען ח"י דאללאר פאר צדקה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 19:21 |
|
| |
נישט פארגעסן אז דער וויזניץ רבי שליט"א האט אויך זייער מיאוס גערעדט ברבים קעגן מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ווען ער האט געזאגט זיין דרשה קעגן שיטת רבינו תם, האט ער געזאגט אז די פירער פונעם זיצונג דעמאלס (מיינענדיג רביה"ק זי"ע) האט געצווינגען די רבנים אונטער צו שרייבן מיט טעראר.
אויך האט ער איענעם זעלבען דרשה מבזה געווען באופן נורא כ"ק אדמו"ר רבי שלמה מבאבוב זי"ע ווען ער האט געזאגט אז ער פלעגט שפילן באל און גיין אן א קאפל, און דאס איז געווען בלויז ווייל ער האט אונטערגעשריבען אז מען דארף האלטן שיטת רבינו תם.
אויך איז כדאי צו דערמאנען אז פלעגט שיקן תמיכה פאר דעם מסור יוסף וואלדמאן ימ"ש, און דעם רשע חיים שאלזאהן ימ"ש, בלויז אז זיי מחזק צו זיין אז זיי זאלן טוען וואס מער אונטער צו ברענגן סאטמאר.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 18:34 |
|
| |
א קלוגער איד האט מיר מסביר געווען אז משה רבינו האט אויך אראפגעווארפן די הייליגע לוחות ווען ער האט געזען אז מען האט געמאכט דעם עגל די זעלבע האט פאסירט ביים רבין שליט"א אין מונסי איר האט געגעסן נבילות וטריפות האט ער אראף געווארפן אבער איך מיין אז דאס איז נאר בדרך צחות
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 08:57 |
|
| |
נניח וויזניצע רבי האט גערעדט שארף און קריטעקירט און מוחה געווען און געצאפט די בלוט. עס איז נישט קיין תירוץ פאר די פשוטע עמך צו נעמען א צד. איך נעם אן אז אלע רביס האבען געצאפט די בלוט איינער פאר'ן אנדערע (עכ"פ אין די אויגן פון די חסידים), און די חסידים דארפ'ן שווייגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 04:41 |
|
| |
אידיש קינד, איך אדמייער שטארק דיין פאליטיקל קארעקטנעס, פלוצלינג דארף מען זיין איידל פלוצלינג דארף מען האבן דרך ארץ, אבער נאר ONE SIDED, הער מיך אויס, אין דעם יעצטיגן אשכול האט מען נישט געשריבן אויף דעם וויזניצ'ן רבי שליט"א קיין שום כינוי שם, מען האט בכלל נישט געשריבן מיט חוצפה, מען האט נאר ערוועינט געוויסע טענות, און אנשטאט פון צו ענטפערן אויף די דאזיגע טענות, (אויב האט איר וואס צו ענטפערן) קומט איר מיט א געוואלד, אז מען איז חוצפה'דיג פאר א גדול הדור, איי ווי זענט איר געווען ווען מען האט געצאפט דאס בלוט פון אונזער רבי דעם בעל ברך משה זי"ע, איז ער נישט געווען אזא תלמיד חכם ווי ער, צו איז ער נישט געווען אזוי אלט ווי ער, לאמיר גיין איין סטעפ ווייטער, אונזער רבי הגה"ק רבי אהרן שליט"א איז עני טיים א גרעסער תלמיד חכם פון עם, עני טיים א גרעסערער בעל צדקה פון עם, עני טיים א גרעסערער מרביץ תורה פון עם, עני טיים א גרעסערער רבי פון עם, און זיין בלוט איז הפקר, אויף עם מעג מען שרייבן כל דבר אסור, שקרים וכזבים, ואין פוצה פה ומצפצף, און דא שרייבט מען מיט א געוואלדיגן מאס דרך ארץ עטליכע בארעטיגטע טענות, און מען שפרינגט ארויס פון די כלים, אדרבה ענטפער צו דערזאך מיין טענה וועגן שערי חמלה, מיין טענה וועגן עירוב, מיין טענה וועגן שיטת רבינו תם, מיין טענה פון נעמען געלט אנשטאט גוזר תענית זיין, מיין טענה פון אנעמען א פיל מויל מיט וואסער ביי אייגענע שערוריות, אבער ענטפער צו דערזאך, AGAIN, היפאקריטיע האט אויך א שיעור...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 19/10/2006 4:49:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 03:43 |
|
| |
סאיז זייער אינטערסאנט צו זען די אלע מוחים וואס זענען אזוי פלוצלונג אויפגעטאנצן ווען מ'רעדט א ווארט אויף רבי מאטעלע, באמת האלט איך אויך אז ספעלט נישט אויס צו רעדן אויף רבי מאטעלע, און איך האלט קלאר אז ער איז א ערליכע איד, אפילו אויב ער האט אמאל נגיעות ביי פארשידענע זאכן, איך גלייב מקען ציילן אויף איין הענט אידן פון היינט וואס האבן נישט קיין נגיעות.
אבער די אלע מוחים וויל איך פרעגן, וואו זענען זיי געווען ווען מהאט מבזה געווען טאג טעגליך דעם רבן של ישראל, דער בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע? וואו זענען זיי ווען מען איז מבזה טעגליך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מיט די ערגסטע לשונות און חירופים, וואס פאסט פאר שווארצע גויים אין גאס? וואו שטעלט זיך אפ די מצות מחאה?
די פאקט איז אז רבי מאטעלע האט פאר צוויי יאר צוריק נישט געלאזט דעם סאטמארן רבין שליט"א קומען צו זיינע שמחות ווייל "ער רופט זיין טאטען אין קאורט", און די זעלבע צייט האט מען נישט געהערט פון אים קיין איין פיפס ווען מהאט געטון די גרעסטע רשעות אויפן כדור הארץ און נישט געלאזט א זיידן גיין צו די אייניקלעךס שמחות!
די זעלבע דאבעל סטענדערט קען ער נוצן ביי הונדערטער זאכן, אריינגערעכנט טשעפטער וואן וואס ער האט געהאט און די זעלבע צייט געהאקט אויף סאטמאר פאר דעם. און ווען ער האט געהאט א מקוה וואס איז געווען לויט אסאך פוסקים פסול מן התורה, און סאטמאר האט געמאכט א אייגענע מקוה האט ער איבערגעקערט די שטאט. אזוי אויך ווען ער האט באשלאסן אז גאנץ מאנסי מוז האלטן דעם זמן וואס זיין טאטע האט געהאלטן, און נאך הונדערטער אזעלכע זאכן.
פארדעם איז זייער נארמאל אז אסאך סאטמארע חסידים זענען זייער ברוגז אויף אים, נאך אלעם ווען איינער שלאגט דיך טוט עס דיר וויי, און ווען איינער שלאגט מיך טוט עס מיר אויך וויי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 03:20 |
|
| |
אידיש קינד די זאלי דיין לאקאלער שטריק האלזט זיך מיטן רבינס גרעסטע שונאים יוסל וואלדמאן, הרב לייטנער, אויף וועם דער רבי האט געזאגט די באקאנטע שלוש סעודות תורה, מיט אלע אהבה מוסתרת, ושנאה גלויה, ניקעס
ראיון הדבר למי שאומרם נאר א זאלי רעדט ווי די נישט, די אלע וואס האבן אלע יארן גע'בלטיגט פארן בעל ברך משה זי"ע
[פערזענליכע אטאקעס זענען שטרענג פארבאטן]
תוקן על ידי - פשטידא - 19/10/2006 3:26:05
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 03:16 |
|
| |
שושנת, זיי נישט סורפרייזט, כך דרכו של אהרוני, די רגע וואס איינער האלט נישט מיט מיט'ן
פראפאגאנדע, און ווער רעדט נאך אויב מען האט קוראזש צו שרייען הויעך קעגן אן עולה, ווערט
יענער צוויי מאל א גארנישט, תם ונשלם, אפגעפרעגט אינגאנצן אז מען מעג אים זידלען און מבזה
זיין כאחד הריקים, אפילו אויב עס רעדט זיך פון די חשובסט'ע אידן בדורינו.
מען דארף בלויז כאפן א בליק וואס זיי האבן געזאגט (און זאגן נאך אלץ) אויף כ"ק אדמו"ר מויזניץ
שליט"א ווען עס איז מפורסם געווארן די נבילה סקאנדאל צו פארשטיין זייער גאנצער קינדערישער צוגאנג.
אגב, האב איך געהערט אז ביי נאך צוויי פלעצער אין מאנסי איז געפאלן ספרי תורה דעם יו"ט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 03:12 |
|
| |
איך וויל ארויפברענגן א נקודה למחשבה, אין וואס פאר א אינטערסאנטע "קארעקטע" וועלט מיר לעבן היינט
סאטמער בכלל, אין דער בעל ברך משה זי"ע בפרט האט אריינגעכאפט אין די לעצטע 27 יאר זינלאזע אטאקעס טאג טעגליך, השמצות חורפים וגדופים, אויפן ערגסטען פארנעם וואס עס איז געווען שייך, ניטאמאל איז עס געווען פערפעשנאל ווי א רב צי א רב, נאר מיט די ערגסטע לשונות,די אטעקירער האבן ניטאמאל געגעבן די רעכט זיך צי פארענטפערן, אדער קיין איינע פין די אטעקירער, האט פאר ער האט אטעקירט זיך נישט גענימען די מי מברר צי זיין צי דאס אויף ער איז מוחה צי ער איז גערכט דערמיט אדער נישט, =אין כולי עלמא מודה, אז דער בעל ברך משה, האט נאך געקענט אזויפיל לערנען ווי די אלע יעניגע רבנים, נאך געווען אזוי בנן של קדושים, איך נאך געווען אזא קדוש וטהור, ווי די יעניגע אטעקירער = די אלע אטעקירער קיינער האט זיך נישט גענימען די מי איבערציבעטן אפילו ברמז אויף זייער רשעות וחוצפה ועזות פנים {ובככל זה בעלז,}
אבער מיר לעבן אין א קארעקטע וועלט, טארסט נישט זאגן, מיסט רעדן שיין, רעד מיט דרך ארץ, איי יענער האט געצאפט דעם דם התמצית פין דיין רבין על לא דבר.... אבער דאך..יענער האט געטיען זיין שגץ שטיק יארן צירוק, אין ווי באלד ער איז שוין אביסל עלטער,שרייט מען שוין דרך ארץ......
אין חדשות אנ"ש האט שושנת יעקב {אדער א צווייטער בעלזר חסיד} געשריבען לעצטענס, אז די אלע וואס האבן אינטערגעשריבען קעגן זייער רבין נאך די דברי בלע ועזות ביי די שטייענדיגע תורה האט מען נאך עד היום הזה נישט מוחל געווען אין זיי האבן נישט קיין דריסות הרגל דארט, איי הגע בעצמך וואס האבן די אלע אזוי געריפענע רביס געטיען פאר סאטמער.....?..פארוואס דארף מען זיי יא מוחל זיין...?? תיקו
לסיום, איך רעד נישט פין קיינעם פראזענליך ח"ו, יעדער איז א קדוש יעדער איז א טהור, יעדער איז שוין א זקן, אבער לא נשכח ולא נסלח, אויף די דברי בלע טאג טעגליך פין אלע זיייטן אויפן בעל ברך משה זי"ע,
תוקן על ידי - moshe06 - 19/10/2006 3:15:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 02:34 |
|
| |
אלס מנהל אין דעם פארום שפיר איך א הייליגע פליכט מוחה צו זיין אויף די זינלאזע שימפף ווערטער קעגן א רבן ומנהיגן של ישראל, אן אדם קדוש וטהור אשר לא פסיק פומיה מגירסא פון יונגווייז אן, א זעלטענער פרוש און אפגעהיטענער מענטש בענייני קדושה וטהרה, הלא הוא כבוד קדושת מרן אדמו"ר מויזשניץ-מונסי שליט"א.
איך ווייס נישט צו עס איז ערלויבט לויט די חוקת הפורום אדער נישט. אבער על פי הלכה און על פי חסידות איז עס א ודאי נישט אויסגעהאלטן. ולא יאמרי מדשתקי וכו' שמע מינה ניחא להו.
ועל כולם, ס'איז נישט מענטשליך, אזוי ווי מיר אלע ווייסן דאך קלאר אז דער רבי שליט"א האט א ודאי נישט קיין אינטערנעט און ממילא קען ער זיך נישט באשיצן פון די אטאקירער... 
און א ביסל רעספעקט פאר אן עלטערער איד שאדעט אויך נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 02:08 |
|
| |
אזא שנאה צו ויזניץ- מאנסי?
איך האב געמיינט אז עס איז שוין לאנג שלום.
למיטב זכרוני באטייליגט ער זיך ביי אלע שמחות פון זיין פלומעניק אין סאטמאר.
אויב ער איז באמת געווען בייז נאך א חתונה מוז עס זיין וועגען בילדער.
עולם האט ער גענוג, שווער צו גלייבען אז ער פילט אז ער מוז זיין אזוי גרויס ווי סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 00:09 |
|
| |
דער וויזניצער רבי שליט"א איז טאקע א גרויסער מתמיד און א עובד השם, אבער אז מען רעדט פון מבזה זיין, איז נישטא א גרעסערער בזיון וואס ער האט געטוהן פאר דעם סאטמארער רבי זי"ע דער בעל דברי יואל, ווען ער האט דעמאנסטראטיוו ארויס געשפרייזט פון מעדיסאן סקווער גארדן ווייל... מען האט גערעדט אויף די אגודה, דאס איז געוען א בזיון גדול ונורא עד אין לשאר, דער וויזניצער רבי שליט"א האט מבזה געווען דעם סאטמארער רבי דעם בעל ברך משה זי"ע, ווען ער האט עם אזוי מצער געווען און געצאפט דאס בלוט ביי די שערי חמלה פרשה, ווי פיל שלש סעודות תורות האט ער געווידמעט פאר דעם נושא, איי פרעג מיך, וואס פאר א שייכות האט ער צו שערי חמלה, הא?, עמעצער האט עם דען געפרעגט? איז ער דען קהל''ס פארזארגער, אויב האלט ער נישט פון דעם, דאן שטעל דיך אויף און זאג פאר דיינע חסידים אז מען זאל דאס נישט נוצן, וגמרנו, אבער ווי קומסטו מוחה זיין אויף א זאך וואס איז נישט אין מאנסי, און וואס סאטמאר האט געבויט אין זייער שטעטל, סא, וואס שטופט ער זיך אריין די נאז, פון זיינע אייגענע פירצות מאכט ער שנעל א שווייג, (און גערעכט איז ער) האפענטליך איז ער דאס מתקן, אבער קיין קול מחאה האט מען פון עם נישט געהערט, (וויזניצער מיידל סקול, וד"ל) קענט איר אייך פארשטעלן אויב דער מכשול פונעם נבלה פלייש וואלט געשען אין קרית יואל, וויפיל תורות און פשעטלעך וואלטן מיר פון עם געהערט, און פונקטליך געוויסט פארוואס דאס איז געשען, אבער דאנק גאט דאס איז געשען ביי עם אין מאנסי, און נישט דער סאטמארער רבי שליט"א האט געטיילט שריים נבלה פלייש, נאר דער הייליגער כבוד קדושת דער וויזניצער שליט"א, דערובער איז ער שא שטיל, ברענגט מיר אפאר טארלער, און מוחל... אפשר זאגט איר מיר וואס פאר א עונש איז דאס, דו לאזט אראפ א ספר תורה און יעדער זאל "דיר" ברענגען געלט, WHAT A JOKE, אין סאטמאר ביים רבין זי"ע ווען דאס האט רח"ל פאסירט, האט יעדער געמיזט פאסטן, און נישט אריין געטראגן געלט פארן רבין, וילסט נישט גוזר תענית זיין (?) דאן הייס יעדן געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס אדער א אנדערע באקאנטע אנגענומענע צדקה צוועק, אבער פאר דיר צו ברענגען, דאס איז דאך ממש א געלעכטער, ווען ער וואלט נישט געווען א ערלעכער איד וואלט מען עם געקענט חושד זיין אז ער האט דאס בדווקא אראפ געלאזט צו מאכן אפאר דאלאר, אזוי אויך מיטן עירוב, ער קומט ארויס מיט א קול מחאה וזעקה אז ובכן אין וויליאמסבורג טראגט מען מיטן עירוב, איי ווער טראגט?, נאר אזעלעכע וואס זייער דיין אדער רב לאזט עם טראגן, נו, אויב האלסטו אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם קלויזענבורגער דיין רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א און אויף אדווארער רב שליט"א, דאן קום ארויס און פארבאט פאר דיינע חסידים צו טראגן, אבער ווי קומסטו מוחה זיין, בכלל וואס איז דער דער פראבלעם מיטן עירוב, די טענה איז אז דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געהאלטן דערפון און באתרי דמר טאר מען נישט גיין אקעגן זיין רצון, איי געוואלד און געשריגן, דער זעלבער סאטמארער רבי זי"ע, האט געבליטיגט בדם לבבו פארן שיטת ר"ת און אלע קרייזן אלע רבנים האבן דאס אנגענומען, אויסער... דער זעלבער וויזניצער רבי שליט"א, זיינע חסידים טראגן אויף די גאס בפרהסיה פארן זמן פון מוצאי שבת (שיטת ר"ת) און טאקע באתרי דמר, אין וויליאמסבורג, און אלעס איז שא שטיל, ער מעג טוהן וואס ער וויל און קיינעמס מיינונג איז עם נישט מחייב, אבער זיין מיינונג איז יעדן מחייב, היפאקרעטיע האט אויך א שיעור,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 00:02 |
|
| |
הגה"ק ממונסי שליט"א רעדט נישט אויף קיינעם נאר אויף יענעם וואס ער איז חושד אז ער האט אפשר עטוואס מער מענטשן פון אים ער איז אהיים פון די סאטמארע חתונה אין ווימ"ס ממש חולה אין די קאר אהיימפארענדיג האט ער ממש געברויזט אין האט גלייך אנגעהויבן מיט מעשה שדים אויפן בלאט וכהנה וכהנה שוין נאכן איבערבעטן דעם רבין זצ"ל אז ער האט זיך פארקויפט פאר כבוד און געלט און אז קיינער האט נישט מקבל מרות געווען פון אים ושאר דברי דופי און בכלל וויאזוי האט הוד קדושתו ממונסי נישט דערשנאפט מיט זיין רוח הקודש אז עס שמאכעוועט גאנץ מונסי פון נבלה און טריפה האטס שכל און דעקט אויף די צבועים שתולים קלא אילן בציצית וכולי
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 23:46 |
|
| |
all nonsemse aside
there is no reason, and even if there is one, DERECH ERETZ comes first
especially an elderly talmid chichom, regardless of history,
and btw this story in particular, is a very sad event. and when such a thing happens in
the realms of heimishe yiden we should all be crestfallen and shook up, not
.........................thanks
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 22:58 |
|
| |
גאסט, איך מיין אז די וויזניצע רבי האט נאך אזוי פיל דרך ארץ ווי ר' אהרן...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2006 22:54 |
|
| |
איך שטעל מיך פאר אז דו מיינסט רבי אהרן, וואו האסטו מיך געזען האבן טענות אויף ר' אהרן פאר עפעס? איך האב סך הכל געווארנט דעם וואס שפילט זיך מיט פייער אז ער קען זיך אפבריען, און זייער מיאוס, אויב ער האלט אז ער איז עלטער פון מיר און ווייסט בעסער, כל הכבוד, איך וועל אים נישט שטערן. יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.
צווייטנ'ס, אפשר טרעפסטו מיר איין מאל ווען דער וויזשניצער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט מיאוס אויף א צווייטן איד? אדער גאר געשאלטן? ער האט די רעכט מוחה צו זיין קעגן יעדע זאך וואס ער האלט אז ס'איז א פירצה, און ער ווייסט סאך בעסער פון אונז ביידע וואס מ'מעג יא זאגן און וואס נישט.
|
|
|
|
|