בית פורומים כל העולם כולו

ספר תורה פאלט שמח"ת אצל הקפות פין האדמו"ר ממאנסי שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2006 02:08 לינק ישיר 

אזא שנאה צו ויזניץ- מאנסי?

איך האב געמיינט אז עס איז שוין לאנג שלום.

למיטב זכרוני באטייליגט ער זיך ביי אלע שמחות פון זיין פלומעניק אין סאטמאר.

אויב ער איז באמת געווען בייז נאך א חתונה מוז עס זיין וועגען בילדער.

עולם האט ער גענוג, שווער צו גלייבען אז ער פילט אז ער מוז זיין אזוי גרויס ווי סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2006 02:34 לינק ישיר 

אלס מנהל אין דעם פארום שפיר איך א הייליגע פליכט מוחה צו זיין אויף די זינלאזע שימפף ווערטער קעגן א רבן ומנהיגן של ישראל, אן אדם קדוש וטהור אשר לא פסיק פומיה מגירסא פון יונגווייז אן, א זעלטענער פרוש און אפגעהיטענער מענטש בענייני קדושה וטהרה, הלא הוא כבוד קדושת מרן אדמו"ר מויזשניץ-מונסי שליט"א.

איך ווייס נישט צו עס איז ערלויבט לויט די חוקת הפורום אדער נישט. אבער על פי הלכה און על פי חסידות איז עס א ודאי נישט אויסגעהאלטן. ולא יאמרי מדשתקי וכו' שמע מינה ניחא להו.

ועל כולם, ס'איז נישט מענטשליך, אזוי ווי מיר אלע ווייסן דאך קלאר אז דער רבי שליט"א האט א ודאי נישט קיין אינטערנעט און ממילא קען ער זיך נישט באשיצן פון די אטאקירער...

און א ביסל רעספעקט פאר אן עלטערער איד שאדעט אויך נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 03:12 לינק ישיר 


איך וויל ארויפברענגן א נקודה למחשבה, אין וואס פאר א אינטערסאנטע "קארעקטע" וועלט מיר לעבן היינט

סאטמער בכלל, אין דער בעל ברך  משה זי"ע בפרט האט אריינגעכאפט אין די לעצטע 27 יאר זינלאזע אטאקעס טאג טעגליך, השמצות חורפים וגדופים, אויפן ערגסטען פארנעם וואס עס איז געווען שייך, ניטאמאל איז עס געווען פערפעשנאל ווי א רב צי א רב, נאר מיט די ערגסטע לשונות,די אטעקירער האבן ניטאמאל געגעבן די רעכט זיך צי פארענטפערן, אדער קיין איינע פין די אטעקירער, האט פאר ער האט אטעקירט זיך נישט גענימען די מי  מברר צי זיין צי דאס אויף ער איז מוחה צי ער איז גערכט דערמיט אדער נישט, =אין כולי עלמא מודה, אז דער בעל ברך משה, האט נאך געקענט אזויפיל לערנען ווי די אלע יעניגע רבנים, נאך געווען אזוי בנן של קדושים, איך נאך געווען אזא קדוש וטהור, ווי די יעניגע אטעקירער =
די אלע אטעקירער קיינער האט זיך נישט גענימען די מי איבערציבעטן אפילו ברמז אויף זייער רשעות וחוצפה ועזות פנים {ובככל זה  בעלז,}

אבער מיר לעבן אין א קארעקטע וועלט, טארסט נישט זאגן, מיסט רעדן שיין, רעד מיט דרך ארץ,
איי יענער האט געצאפט דעם דם התמצית פין דיין רבין על לא דבר.... אבער דאך..יענער האט געטיען זיין שגץ שטיק יארן צירוק, אין ווי באלד ער איז שוין אביסל עלטער,שרייט מען שוין דרך ארץ......

אין חדשות אנ"ש האט שושנת יעקב {אדער א צווייטער בעלזר חסיד} געשריבען לעצטענס,
אז די אלע וואס האבן אינטערגעשריבען קעגן זייער רבין נאך די דברי בלע ועזות ביי די שטייענדיגע תורה
האט מען נאך עד היום הזה נישט מוחל געווען אין זיי האבן נישט קיין דריסות הרגל דארט, איי הגע בעצמך
וואס האבן די אלע אזוי געריפענע רביס געטיען פאר סאטמער.....?..פארוואס דארף מען זיי יא מוחל זיין...??  תיקו

לסיום, איך רעד נישט פין קיינעם פראזענליך ח"ו, יעדער איז א קדוש יעדער איז א טהור, יעדער איז שוין א זקן,
אבער לא נשכח ולא נסלח, אויף די דברי בלע טאג טעגליך פין אלע זיייטן אויפן בעל ברך משה זי"ע, תוקן על ידי - moshe06 - 19/10/2006 3:15:55



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 03:16 לינק ישיר 

שושנת, זיי נישט סורפרייזט, כך דרכו של אהרוני, די רגע וואס איינער האלט נישט מיט מיט'ן פראפאגאנדע, און ווער רעדט נאך אויב מען האט קוראזש צו שרייען הויעך קעגן אן עולה, ווערט יענער צוויי מאל א גארנישט, תם ונשלם, אפגעפרעגט אינגאנצן אז מען מעג אים זידלען און מבזה זיין כאחד הריקים, אפילו אויב עס רעדט זיך פון די חשובסט'ע אידן בדורינו. מען דארף בלויז כאפן א בליק וואס זיי האבן געזאגט (און זאגן נאך אלץ) אויף כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א ווען עס איז מפורסם געווארן די נבילה סקאנדאל צו פארשטיין זייער גאנצער קינדערישער צוגאנג. אגב, האב איך געהערט אז ביי נאך צוויי פלעצער אין מאנסי איז געפאלן ספרי תורה דעם יו"ט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 03:20 לינק ישיר 


אידיש קינד די זאלי
דיין לאקאלער שטריק האלזט זיך מיטן רבינס גרעסטע שונאים יוסל וואלדמאן, הרב לייטנער,
אויף וועם דער רבי האט געזאגט די באקאנטע שלוש סעודות תורה,  מיט אלע אהבה מוסתרת, ושנאה גלויה, ניקעס

ראיון הדבר למי שאומרם  נאר א זאלי רעדט ווי די נישט, די אלע וואס האבן אלע יארן גע'בלטיגט פארן בעל ברך משה זי"ע

[פערזענליכע אטאקעס זענען שטרענג פארבאטן]
תוקן על ידי - פשטידא - 19/10/2006 3:26:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 03:43 לינק ישיר 

סאיז זייער אינטערסאנט צו זען די אלע מוחים וואס זענען אזוי פלוצלונג אויפגעטאנצן ווען מ'רעדט א ווארט אויף רבי מאטעלע, באמת האלט איך אויך אז ספעלט נישט אויס צו רעדן אויף רבי מאטעלע, און איך האלט קלאר אז ער איז א ערליכע איד, אפילו אויב ער האט אמאל נגיעות ביי פארשידענע זאכן, איך גלייב מקען ציילן אויף איין הענט אידן פון היינט וואס האבן נישט קיין נגיעות.

אבער די אלע מוחים וויל איך פרעגן, וואו זענען זיי געווען ווען מהאט מבזה געווען טאג טעגליך דעם רבן של ישראל, דער בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע? וואו זענען זיי ווען מען איז מבזה טעגליך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מיט די ערגסטע לשונות און חירופים, וואס פאסט פאר שווארצע גויים אין גאס? וואו שטעלט זיך אפ די מצות מחאה?

די פאקט איז אז רבי מאטעלע האט פאר צוויי יאר צוריק נישט געלאזט דעם סאטמארן רבין שליט"א קומען צו זיינע שמחות ווייל "ער רופט זיין טאטען אין קאורט", און די זעלבע צייט האט מען נישט געהערט פון אים קיין איין פיפס ווען מהאט געטון די גרעסטע רשעות אויפן כדור הארץ און נישט געלאזט א זיידן גיין צו די אייניקלעךס שמחות!

די זעלבע דאבעל סטענדערט קען ער נוצן ביי הונדערטער זאכן, אריינגערעכנט טשעפטער וואן וואס ער האט געהאט און די זעלבע צייט געהאקט אויף סאטמאר פאר דעם. און ווען ער האט געהאט א מקוה וואס איז געווען לויט אסאך פוסקים פסול מן התורה, און סאטמאר האט געמאכט א אייגענע מקוה האט ער איבערגעקערט די שטאט. אזוי אויך ווען ער האט באשלאסן אז גאנץ מאנסי מוז האלטן דעם זמן וואס זיין טאטע האט געהאלטן, און נאך הונדערטער אזעלכע זאכן.

פארדעם איז זייער נארמאל אז אסאך סאטמארע חסידים זענען זייער ברוגז אויף אים, נאך אלעם ווען איינער שלאגט דיך טוט עס דיר וויי, און ווען איינער שלאגט מיך טוט עס מיר אויך וויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 04:41 לינק ישיר 

אידיש קינד,
איך אדמייער שטארק דיין פאליטיקל קארעקטנעס, פלוצלינג דארף מען זיין איידל
פלוצלינג דארף מען האבן דרך ארץ, אבער נאר ONE SIDED,
הער מיך אויס, אין דעם יעצטיגן אשכול האט מען נישט געשריבן אויף דעם וויזניצ'ן רבי שליט"א
קיין שום כינוי שם, מען האט בכלל נישט געשריבן מיט חוצפה,
מען האט נאר ערוועינט געוויסע טענות,
און אנשטאט פון צו ענטפערן אויף די דאזיגע טענות, (אויב האט איר וואס צו ענטפערן)
קומט איר מיט א געוואלד, אז מען איז חוצפה'דיג פאר א גדול הדור,
איי ווי זענט איר געווען ווען מען האט געצאפט דאס בלוט פון אונזער רבי דעם בעל ברך משה זי"ע,
איז ער נישט געווען אזא תלמיד חכם ווי ער, צו איז ער נישט געווען אזוי אלט ווי ער,
לאמיר גיין איין סטעפ ווייטער, אונזער רבי הגה"ק רבי אהרן שליט"א
איז עני טיים א גרעסער תלמיד חכם פון עם, עני טיים א גרעסערער בעל צדקה פון עם,
עני טיים א גרעסערער מרביץ תורה פון עם, עני טיים א גרעסערער רבי פון עם,
און זיין בלוט איז הפקר, אויף עם מעג מען שרייבן כל דבר אסור,  שקרים וכזבים,
ואין פוצה פה ומצפצף, און דא שרייבט מען מיט א געוואלדיגן מאס דרך ארץ
עטליכע בארעטיגטע טענות, און מען שפרינגט ארויס פון די כלים,
אדרבה ענטפער צו דערזאך מיין טענה וועגן שערי חמלה, מיין טענה וועגן עירוב,
מיין טענה וועגן שיטת רבינו תם, מיין טענה פון נעמען געלט אנשטאט גוזר תענית זיין,
מיין טענה פון אנעמען א פיל מויל מיט וואסער ביי אייגענע שערוריות,
אבער ענטפער צו דערזאך,
AGAIN, היפאקריטיע האט אויך א שיעור...

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 19/10/2006 4:49:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2006 08:57 לינק ישיר 

נניח וויזניצע רבי האט גערעדט שארף און קריטעקירט און מוחה געווען און געצאפט די בלוט. עס איז נישט קיין תירוץ פאר די פשוטע עמך צו נעמען א צד.
איך נעם אן אז אלע רביס האבען געצאפט די בלוט איינער פאר'ן אנדערע (עכ"פ אין די אויגן פון די חסידים), און די חסידים דארפ'ן שווייגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 18:34 לינק ישיר 

א קלוגער איד האט מיר מסביר געווען
אז משה רבינו האט אויך אראפגעווארפן די הייליגע לוחות
ווען ער האט געזען אז מען האט געמאכט דעם עגל
די זעלבע האט פאסירט  ביים רבין שליט"א אין מונסי
איר האט געגעסן נבילות וטריפות האט ער אראף געווארפן
אבער איך מיין אז דאס איז נאר בדרך צחות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 19:21 לינק ישיר 

נישט פארגעסן אז דער וויזניץ רבי שליט"א האט אויך זייער מיאוס גערעדט ברבים קעגן מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ווען ער האט געזאגט זיין דרשה קעגן שיטת רבינו תם, האט ער געזאגט אז די פירער פונעם זיצונג דעמאלס (מיינענדיג רביה"ק זי"ע) האט געצווינגען די רבנים אונטער צו שרייבן מיט טעראר.

אויך האט ער איענעם זעלבען דרשה מבזה געווען באופן נורא כ"ק אדמו"ר רבי שלמה מבאבוב זי"ע ווען ער האט געזאגט אז ער פלעגט שפילן באל און גיין אן א קאפל, און דאס איז געווען בלויז ווייל ער האט אונטערגעשריבען אז מען דארף האלטן שיטת רבינו תם.

אויך איז כדאי צו דערמאנען אז פלעגט שיקן תמיכה פאר דעם מסור יוסף וואלדמאן ימ"ש, און דעם רשע חיים שאלזאהן ימ"ש, בלויז אז זיי מחזק צו זיין אז זיי זאלן טוען וואס מער אונטער צו ברענגן סאטמאר.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ספר תורה פאלט שמח"ת אצל הקפות פין האדמו"ר ממאנסי שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.