בית פורומים באבוב

וואס גייט פאר ביי אונז אין 48?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2006 04:07 לינק ישיר 
וואס גייט פאר ביי אונז אין 48?

גרויס אויפברויז פין עולם אין בימ"ד דערקענט זיך במשך די לעצטע חודש אין באבוב.
די ערשטע מאהל איז געווען ביים וואונטשן "לשנה טובה" ראש השנה ביינאכט, אלע יאהרן פלעגן הונדערטער בארא פארקער'ס קומען זיך אהנוואונטשן מיט א לשנה טובה אזוי אויכעט פאר א יאהר אבער עפעס דאס יאהר איז אין נכנס ואין בא! קיין איין פרעמדע פנים האב איך נישט געזעהן נישט ביי מעריב אין נישט נאך מעריב -- אין א 40 מינוט נאך מעריב איז שוין דער רב שליט"א געווען אויפן וועג אהיים.

וואס איז געשעהן דער יאהר?

שפעטער ביי די תפילות למשל ר"ה אדער יום כיפור זענען הונדערטער זיצן פין יונגעלייט געווען באזעצט מיט ייגנלעך אין בחורים אזוי אז ביי העכסטע מאמענטן זענען אפשר לכל היותר געווען 850-900 שטריימלעך אין גרויסן בימ"ד אין איך געדענק פאר א יאהר האבן מיטגעדאווענט א גרעסערן עולם.

וואס איז געשעהן דער יאהר?

אין ביי די טישן סיי ראש השנה אין סיי סוכות אזא שוואכע עולם, סוכות ביינאכט, די חלום, נזמין אושפיזא, יום טוב! אין גאהרנישט! די פארענצעס בלייבן נעבעך פאריתומ'ט די עולם שטיפט זיך ארויף מער צום אויבן אהן אזוי לכל הפחות פין די פראנט זאל עס אויסזעהן מענטשלעך, ווער האט געקענט גלייבן אז די יום טוב סוכות וואס איז דער טאפ טאפ יום טוב פין טישן וועט מען נישט קענען אהנפילן די סוכה? הזאת נעמי?

וואס איז געשעהן דער יאהר?

אין אויב האב איך געמיינט אז לפחות ביי די הקפות וועל איך מיר בארוהיגן ווייל זאל חאטש די פרעמדע עולם אהנפוהלן די הויכע פארנטשעס, האב איך מיך גיט גענארט, איך בין פשוט געשטאנען אין מיין פנים איז געווארן רויט פין בושה צוזעהנדיג ווי אברהם אהרן שרייט אויף שלום קעסלער אין מאכט מיט די הענט "לעבעדיגער לעבעדיגער וועק אויף די עולם" אין ביי די נעקסטע הקפה האט די רב געמאכט זעהר אסאך תנועות אין געטאנצען מיט אפענע הענט אקעגן די הויכע פארענטשע כדי די בחורים חאטש זאלן טאנצן כדבעי, אבער אין קול ואין עונה דער עולם איז געשטאנען אין געקוקט ווי אויף א שיינע שאו אין האט בכלל נישט מיטגעטאנצן, אין ביי די נעקסטע הקפה האט מען אפילו שוין געטוישט ניגון אינמיטן די הקפה אין די רב האט זיך אוועקגעזעצט מיט די פנים צום ציבור אין געמאכט אסאך תנועות מיט די ספר התורה אין די האנט אין אפשר קוים 70-80 בחורים האבן מיטגעפאטשט מיט די הענט.

אין ווער רעדט נאך ביי די בייטאג הקפות וואס אויף די פאענצעס זענען אפילו נישט געווען מענטשען וואס זאלן קענען מיטפאטשן אדער טאנצן די עולם שטייט אין שמועסט אין גרויסן אין דער טאנצט אויפן בלעמער אין די פאר נעבעכדיגע וואס מען האט זיי מכבד געווען מיט א ספר תורה טאנצן ארום די בלעמער -- איינער וואס איז דעמאלס אריינגעקומען וואלט אפילו נישט באמערקט אז מ'האלט אינמיטן א הקפה -- אהן קיין שום גוזמא!

אוי מה היה לנו!!

ועל כולם ביי נעילת החג האב איך הערשט געזעהן ווי גרויס דער בראך איז -- ווען מען האט די הויכע שטאקיגע פארנטשעס ביי די פענסטער אויף דרום זייט אין בימ"ד צוזאמגעלייגט אינגאנצן אין במקומו אויפגעשטעלט די 6 טרעפ פארענצעס ווי א געווענדליכע שבת.

על מה זה ולמה זה?

ווי איז דער עולם???

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 05:10 לינק ישיר 

על כל היום טוב אני לא יכול לעזור לך בגלל שלא הייתי שם,

אבל על נעילת החג אין לי שום קושיא, שהרי חצי מהקהל שלכם עמדו על המדריגות ב48 לראות איך מלוה הקהל הרב את רבינו מבאבוב שליט"א בשירה ובלפידים לביתו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > וואס גייט פאר ביי אונז אין 48?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext