בית פורומים כל העולם כולו

לייענער רעאגירן אויף צייטונגען בראשית ס"ז

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2006 17:15 לינק ישיר 
לייענער רעאגירן אויף צייטונגען בראשית ס"ז

איינער שרייבט אריין אין בריוו צום בלאט איבער עפעס א "נעילת החג" רבי
און אז דער רבי "נעילת החג רבעי" האט געזאגט דעם באקאנטן משל פון א קעניג (הושענא רבה משל)


דער נעילת החג רבי איז פון ארץ ישראל שרייבט יענער.

די בילדער וואס דער בלאט האט איז עפעס געוואלדיג.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2006 18:55 לינק ישיר 

איך האב אויך געטראכט דערפון, נאר איך האב אריינגעטראכט אז למעשה איז דאס יא א היבש אינטערסאנטע נייעס, וויבאלד דאס איז געווען אין ניו יארק סיטי - די זעלבע שטאט וואו ס'איז געווען די 9/11 אטאקעס פאר 5 יאר צוריק.
נישט אייביג מיינט אינטערסאנט לויט וויאזוי די גויאישע צייטונגען באשרייבן די נייעס. און די ביסט אויך מודה אז אנפאנג איז די נייעס אויך געווען אינטערסאנט ביי די גוים, אויב אזוי וואס זענען די לייענערס פון דער בלאט שולדיג אז זיי ווערן ערשט געוואר די נייעס אפאר טעג שפעטער?.

פון די צייטונג קענסטו נישט ברענגען קיין ראיה, ווייל זיי האבן צוויי זאכן וואס איז אנדערש ווי דער בלאט. 1) אז ווען זיי באשרייבן עפעס קוקן זיי לויט וויאזוי די גויאשע גאס באשרייבט דאס, און אויב די ניו יארק טיימס האט אפגעמאכט אז דאס איז נישט אזוי אינטערסאנטע דעמאלט טאנצן זיי נאך, 2) אפילו ס'זאל שוין יא זיין א אינטערסאנטע נייעס, לייגן זיי עס אייביג אראפ "פלעין", זיי מאכן קיינמאל נישט קיין מצב.

דאס איז לפע"ד. אבער אויב די ווילסט סתם אזוי האקן אויפן בלאט, דעמאלטס האב איך גארנישט געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 16:36 לינק ישיר 

קוקטס א חילוק פון א נארמאלע צייטונג צו א נארישע קינדערישע צייטונג.

אינמיטן יו"ט איז געווען א נייעס וועגן א עראפלאן וואס האט אריינגעקראכט אין א בילדינג, אויף די מינוט האט מען זיך דערשראקן ווייל מ'האט געמיינט אז ס'האט עפעס מיט טעראריסטן אבער מ'האט זיך גלייך בארואיגט. אין די גויאישע מידיא איז עס געווען א שטיקל נייעס ווייל דארט איז אויך געהארגעט געווארן א יענקי פיטשער, אבער נישט מער פון דעם.

די צייטונג, מיט א נארמאלע באזעסענע רעדאקציע, האט אריינגעלייגט א קליין שטיקל מיט אפאר פיקטשערס און א שטיקל נייעס, און אזוי קומט עס ווייל די נייעס האט שוין לאנג פארלוירן זיין ווערט.

אבער די באמבאסטישער איבערטרייבער אין בלאט האבן געמאכט דערפון א ריזיגע פראנט פעידזש העדליין, פלוס די גאנצע ערשטע 4 זייטן.

איין ווארט: קינדער.

די שריפט און דער איד מאכן אויך א גרויסע העדליין דערפון, אבער נישט אזוי רייסעריש ווי דער בלאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לייענער רעאגירן אויף צייטונגען בראשית ס"ז
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext