בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אינטערנעט עקספלורער 7.0

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2006 08:41 לינק ישיר 
אינטערנעט עקספלורער 7.0

מייקראסופט האט איצט ארויס גיגעבען די נייע אינטערנעט עקספלורער 7.0 נאך די דריי פריערדיגע Beta Versions האפענטליך האבען זיי ארויסגענימען אלע באגס...........

איר קענט עס דאונלאדען דא http://www.microsoft.com/windows/ie/default.mspx
איר מוזט האבען א לייסענד (לעגאלע) קאפי פין ווינדאס עס צו דאונלאדען.

אויב שמעקט עס אייך נישט נאכען אריינלייגען קענט איר עס אנאינסטאלען ביי add and remove programs אין איר וועט זיך טרעפען צוריק מיט אייער אלטע version.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2007 03:03 לינק ישיר 

זשמעק טאביק . און אלע שרייבערס דא. . טוט א טובה פאר די אידיש לייענערס . ובתוכם עבד עברי הקטן. אזוי וויא איך זעה איר האט זייער גוט מסביר געווען עטליכע זאכען פון אינטענעט עקספלארער דא אינעם אשכול... המתחיל אומרים לו גמור.  זייט מסביר "הויפט נקודות" דא אדער אין ספעציעלען אשכול. למשל ווואס איז אינטערנעט עקספלארער בכלל. . צו וואס דארף מען האבען אמעריקא אן ליין אז מען האט ממילא אינטערנעט עקספלארער. ויאזוי לאדענט מען אראפ זאכען פון אינטערנעט עקספלארער. (איך ווייס וואס איז אינטערנעט עקספלארער. אבער איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס ארבעט.   וויאזוי לייגט מען אריין אין א נייע קאמפיוטער עס זאל שרייבען אידיש. וואס איז


IE6
וכדומה.  עס איז פונקט אזא חסד וויא אלע ענייני חסד וואס מען טוט איינער פארן צוויטן. בתודה וברכה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2007 20:00 לינק ישיר 

איך האב עס ענדליך פאריגע וואך דאונלאודעד. איך קען זיך נאכנישט אינגאנצן צוגעוויינען, אבער איך בין זיכער אז איינמאל איך וועל זיין צוגעוואוינט דערצו, וועל איך אי"ה הנאה האבן.

די טעבד-בראוזינג איז גאנץ גוט, אבער איך בין נאך נישט משוגע לאותו דבר, זעהט אויך אויס אז ס'וועט נעמען צייט איך זאל איינזעהן די מעלות דערפון.

די צוויי עיקר מעלות ואס איך האלט עס איז זייער נוצליך, איז:
 
1) די "זאאם" פיעטשור. ביי יעדן וועבסייט אונטן שטייט אין קליינע אותיות "100%", דהיינו אז דער וועבסייט איז יעצט אויף די נארמאלע גרויסקייט. וויפיל מאל האט איר שוין געהאט וועבסייטס מיט פיצעלע אותיות וואס די אויגן זענען אייך שיער ארויסגעפאלן ביים לייענען? אדער קליינע בילדער וואס איר ווילט זעהן אביסעלע גרעסער? מער נישט קיין פראבלעם: איר דרוקט דעם עראו נעבן דעם, און שטעלט אן א גרעסערע סייז (ביז 400%), און ס'איז א מחי'! א שארטקאט: האלט אן דעם "קאנטראל" באטן און רוקט דעם מיטלסטן באטן פון מייזעלע ארויף און אראפ, צו ריקן די סייזעס מיט 10% ביי יעדע דריי. איינמאל איר פרובירט דאס, וועט איר זיך וואונדערן ווי אזוי מען האט געקענט זיין אן דעם.

2) צווייטנס; אז מען קען נארמאל ארויספרינטן א פעידזש. אין IE6, ווען איך האב געפרינט א וועב פעידזש, איז אלץ געווען אפגעהאקט ביי די זייטן. ס'איז פשוט פארוואס, ווייל א וועב פעידזש (וואס איז דעזיינט אויף די ברייט פונעם סקרין) איז גענצליך אן אנדערע סייז ווי א געווענליכער "8.5x11 פאפיר (וואס איז לענגליך). אויב האט איימיצער אמאל געפרינט פון IE6, וועט זיכער וויסן וואס איך רעד. ביי IE7, ווערן די אותיות אויטאמאטיש קלענער, כדי צו פיטן אויף איין פאפיר. אויב זענען די אותיות צו קליין, קען מען זיך ארומשפילן מיט די סעטינגס.

נאר א מודעה צו די וואס ווילן דאונלאודן: אנגעהויבן פון IE7 און ווינדאוס מידיא פלעיער 11 דאונלאודס, וועט מייקראסאפט מאכן א "וועלידעישאן טעסט" צי איר האט א לעגאלע ווערסיע פון ווינדאוס. אנדערש קענט איר נישט דאונלאודן. פילייכט וועט דאס אויך זיין ביי קומענדיגע דאונלאודס. איז אויב האט איר נישט א לעגאלע קאפי, גיט אכטונג!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 02:15 לינק ישיר 

איך האב מיר שוין נישט געקענט איינהלטן פון ווארטן
(באלד האט מען שוין  VISTA און מען דארף עס נאך טרייען אויף XP)
איך האב אינסטלאט IE7 עס איז "דערווייל" א מחי'

אז מען וועט דאס נישט טרייען וועט  מען דאך נישט וויסן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2006 22:46 לינק ישיר 

ווער האט דאס שוין פרובירט אין קען אונז זאגען א מיינונוג?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אינטערנעט עקספלורער 7.0
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext