בית פורומים כל העולם כולו

ציל, כללים, און שטאטוטן פון דעם פארום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2006 22:08 לינק ישיר 
ציל, כללים, און שטאטוטן פון דעם פארום

ציל, כללים, און שטאטוטן פונעם פארום


אונזער ציל
דער ציל פונעם פארום איז צו דינען אלס פעסטער און קראנטער באזיס פאר אלע נייעס וואס איז נוגע דעם היימישן חרדי'שן ציבור, און די אינערליכע אנטוויקלונגען אין אלע חרדי'שע הויפן און קרייזן. ספעציעל פאר די נייעס וואס איר וועט נישט טרעפן אין קיין שום פלאץ אויסער אינעם פארום "כל העולם כולו". אזוי אויך צילט דאס צו פארמיידן פונעם ערליכן ציבור אנצוקומען צו די גוי'אישע צייטונגען און זייערע וועב-סייטס, דורך צוזאמנעמען דא אלע אינטערעסאנטע נייעס און ארטיקלען.

כללים פון דעם פארום:
דער פארום ווערט היינט צו טאג אנגעפירט דורך דעם הויפט מנהל [אנכי הקטן], און אונזערע געטרייע קאלעגעס, דיפלא, מער באקאנט אלס דיפלאמאט. שושנת יעקב. און דער ניק ניהול_גרופ וואס געהערט פאר די פאלגענדע מיטגלידער [דערווייל נאכנישט אויסגעפילט].
פאר יעדע אנגעלעגנהייט בנוגע דעם פארום קען מען זיך ווענדן צו:
[email protected]


מיר בעטן און פאדערן פון אלע חשוב'ע מיטגלידער איינצוהאלטן די פאלגנדע שטאטוטן:

א. שרייבן מיט א איידעלע און ריינע שפראך.
1. נישט שרייבן וועגן - אדער לייגן א לינק צו - קיין שום אומאיידעלע טעמעס. נישט נוצן אומאיידעלע אויסדרוקן.
2. אויב איר פילט אז איר מוזן לייגן א לינק צו א געוויסן פלאץ מאיזה סיבה, שרייבט ארויס קלאר אז דער לינק אנטהאלט אומאיידעלע זאכן.
3. ווען איר לייגט א לינק צו א זאך וואס איז געשריבן אויף היידפארק, לייגט אויסדריקליך נאר א לינק וואס פירט צו "מסורת".
4. עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט וואולגארישע און עקלהאפטע אויסדרוקן, בפרט וואס עס איז נוגע צו פרויען און צניעות. ווערטלעך פון דעם סארט וועלן נישט טאלערירט ווערן. דאס זעלבע מיט בילדער אין דעם זין.

ב. שרייבן אן קיין השמצות, פארשעמונג, אדער ווילדקייט.
1. ווען איר ווילט שרייבן וועגן א 'הייסע' טעמע אין די חרדי'שע גאס, מאכט זיכער אז אייער שפראך איז רואיג און געלאסן, נישט איבערגעהיצט, און נישט אטאקירענד אויף א וועג וואס זאל ברענגען א ווילדע קאנטער אטאקע.
2. די מיטגלידער ווערן געבעטן צו האלטן ריין דאס ארט. אומאיידעלע, נארישע, אטאקירנדע, ווילדע, אד"ג תגובות זענען נישט אנגענומען דא. ווערטער ווי גולם, טיפש, נבילה, פערד, אד"ג לאזט ביטע איבער פאר פריוואטע געשפרעכן. דאס וועט ספעציעל פארסירט ווערן ביי קעפלעך פון אשכולות.
3. פערזענליכע אטאקעס קעגן אנדערע מיטגלידער פונעם פארום זענען גענצליך פארבאטן.

ג. עס איז פארבאטן צו פוגע זיין אין כבוד פון העכערע פערזענליכקייטן און פירונגען פונעם חרדי'שן ציבור.
1. עס איז אסור צו פוגע זיין אין כבוד פון יעדן מענטש, אבער א פגיעה אין כבוד פון א תלמיד חכם, מורה הוראה, אדער מנהיג פון א עדה קדושה בישראל וועט גענומען ווערן מיטן גאנצן הארבקייט. וויבאלד עס זענען פאראן אזוינע וועלכע נוצן אויס די אנאנימיטעט פונעם אינטערנעט צו אטאקירן ווילד און פרעך זענען מיר געצווינגען אומצוגיין בכל חומר הדין מיט יעדן וואס וועט טשעפענען מיטן כבוד פון סיי וועלכן מנהיג לויט דעם פארשטאנד און איינזען פון די מנהלים!
2. עס איז שטרענג פארבאטן צו אטאקירן, חוזק מאכן, אדער פוגע זיין בכל אופן שהיא אין קיין שום הלכה, דין אדער מנהג פונעם חרדי'שן ציבור, אדער אפילו בלויז פון א געוויסן קרייז ביים חרדי'שן ציבור. הלכה'דיגע מחלוקת זענען ערלויבט צו ערווענען און שרייבן דערוועגן בלויז בדרך כבוד, מיט רעספעקט צו אלע באטרעפנדע, תלמידי חכמים און המון עם.
3. די מנהלים וועלן באשליסן צווישן זיך, צומאל אויך מעגליך דורך א עפנטליכע אנקעטע, איבער די טיטלען וואס יעדער מעג שרייבן אויף זיין און יענעמ'ס צד. ווער עס וועט עובר זיין דערויף וועט זיך טרעפן אינדרויסן בלי שום טענה ומענה, צומאל אויך אן קיין ווארענונג!
4. ווי שוין געמאלדן אין א באזונדערן אשכול, זענען ביים היינטיגן טאג די ערלויבטע טיטלען ווי פאלגנד: סאטמאר: מהר"א מסאטמאר, מהרז"ל מסאטמאר. סאטמאר-ראדני, סאטמאר-הופער. טענטער, סיגוטער. באבוב: מהרב"צ מבאבוב, מהרמ"ד מבאבוב. באבוב-48, באבוב-45. וויזניץ: מהר"י, מהר"ם. מענדעליסטען, ישראליסטען. צאנז: צאנז, צאנז-קלויזנבורג. מהרש"ד, מהרצ"א. ארץ-ישראל'דיגער רבי, אמעריקאנער רבי.
די איבעריגע וועט מען צולייגן אויב עס וועט (ח"ו) זיך אויספעלן.

ד. די רעכטן און פליכטן פון יעדן מיטגלידער.
1. ווער עס וויל ווערן א מיטגלידער אינעם פארום, מוז שיקן א פארלאנג צום מנהל, און אויספילן מיט קלארע ענטפערס דעם פראגע-בויגן וואס געפינט זיך אין דעם פאלגנדן אשכול:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2064839
2. עס וועט נעמען א שטיק צייט ביז די מנהלים וועלן געבן דעם פארלאנגטן אישור, מיט א מינימום פון דריי טעג. אויסנאמען קענען געמאכט ווערן פאר ניק'ס מיט א אלטע היסטאריע, אדער דורך א המלצה פון אן אלטע ניק. אויב עס וועט זיין א שטארקער איבערפלוס איז מעגליך אז עס וועט אמאל ארויפגעשטעלט ווערן א מאראטאריום איבער אננעמען פרישע מיטגלידער.
3. יעדער מיטגלידער איז אויטאמאטיש מקבל אויף זיך אז ער ווארפט זיך אונטער יעדן באשלוס פון דעם מנהל, אויך אויב עס ווערט נישט דערמאנט אין די שטאטוטן פונעם פארום.
4. מיטגלידערשאפט אין געוויסע פארומ'ס, וועלכע פארנעמען זיך מיט זאכן וועלכע זענען אין קעגנזאץ צו אונזערע פרינציפן, קען שטערן פון אנגענומען ווערן אלס מיטגלידער אין דעם פארום.
5. א פרישער מיטגלידער טאר נישט עפענען קיין פרישן אשכול בעפאר ער שרייבט 20 נארמאלע תגובות אינעם פארום. דער אויסטייטש פון "נארמאל" ליגט אין די הענט פון די מנהלים. אויסנאמען קענען געמאכט ווערן, אבער נאר דורך א דייטליכע קלארע מעלדונג פון דעם הויפט מנהל אין אישית.
6. נאכן שרייבן 20 הודעות, אדער נאכן באקומען רשות, קען מען עפענען אן אשכול איבער וועלכע טעמע דאס הארץ גלוסט, כל זמן עס האלט אויס לויט די שטאטוטן פונעם פארום (זעט שפעטער).
7. פאר סיי וועלכן פראבלעם אדער קריטיק ביטע זיך ווענדן אויסשליסליך נאר צום הויפט מנהל.

ה. הויפט שטאטוטן פונעם פארום.
1. עס איז ערלויבט צו שרייבן נאר הונדערט פראצענט קראנטע זאכן, אדער קלאר אנצייכענען אז דאס איז בלויז א שמועה אן קיין באזיס. שרייבן נייעס וואס איז קלאר נישט קראנט וועט פירן צו ווערן אויסגעשלאסן פונעם פארום.
2. טראץ די אומאנגענעמליכקייט, זענען די מנהלים געצווינגען צו צענזורירן יעדע תגובה וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט זייער פארשטאנד.
3. יעדע סארט קריטיק אקעגן די הנהלה און אירע באשלוסן איז ערלויבט אויסדריקליך נאר אין תיבה אישית. אויסער אין אויסנאמ'ס פאלן - ווען די הנהלה וועט געבן דערויף אויסדריקליכע ערלויבעניש - וועט יעדער עפנטליכער קריטיק ווערן צענזורירט.
4. שרייבן א נאמען אדער אפילו נאר א שוואכן רמז איבער דעם אידענטיטעט פון א צווייטן מיטגלידער אויף היידפארק, אפילו אויב נישט פון דעם פארום, וועט באלד אויסגעמעקט ווערן, און דער שרייבער וועט אפגעשפארט ווערן. אויב עס וועט אויספעלן וועט גענומען ווערן נאך שטרענגערע שריט דורך די מערכת פון היידפארק. דאס זעלבע איז בנוגע אויפדעקן וועלכע ניק שטייט אונטער דעם ניק, אין פאל פון א פראבלעם ביטע זיך ווענדן צו די מנהלים.
5. דער קעפל דארף זאגן קלאר דעם אינהאלט פון דעם אשכול, אויבערפלעכליכע אומקלארע קעפלעך קענען פירן צום אפמעקן דעם גאנצן אשכול.
6. אויב צוויי מיטגלידער עפענען א אשכול איבער די זעלבע טעמע, באקומט דער ערשטער אשכול א זכות קדימה, אויסער אויב דער צווייטער קעפל דערציילט קלארער פון וואס עס רעדט זיך. דער באשלוס דערוועגן ליגט ביי די מנהלים. דאס וועט ספעציעל פארסירט ווערן ביי אשכולות איבער חסיד'ישע פאליטיק, וואו יעדער צד זוכט כסדר צו 'ספינען' דעם אשכול לויט זיין געשמאק. 'נקמה-אשכולות' וועלן גענצליך אפגעמעקט ווערן.
7. פריוואטע צרות און אינטימע סודות, ספעציעל משפחה מחלוקת, זענען שטרענג פארבאטן. אויסער אויב עס איז א טעמע וואס איז פארמישט מיט די גרויסע פאליטיק'ס, און דאן אויך נאר מיט גרויס פארזיכטיגקייט, און איבער די צדדים וואס דאס האט שייכות מיט די גרויסע פאליטיק.
8. עס איז שטרענג פארבאטן צו פארדרייען אן אשכול אוועק פון די ארגינעלע טעמע. עובר זיין דערויף קען צומאל ברענגען צו ווערן גענצליך אפגעשפארט.
9. ביטע נישט טוישן דעם סייז און פאנט פון די אותיות, עס שטערט דעם געשמאק פון ליינען, ביטע האלט זיך צו סייז 10 פון פאנט ARIAL. תגובות וואס וועלן ארויסגיין פון קאנטראל וועלן אויסגעמעקט ווערן.



מיר האפן אז איר האט אויפגענומען די שטאטוטן מיט פארשטענדעניש און איינזעעניש, עס ליגט דערין זייער פיל קאפ און מח. זיי זענען אויסגעארבעט געווארן דורך מיר, צוזאמען מיט דעם ארויסגייענדן מנהל, דער ברייט באקאנטער און שטארק רעספעקטירטער "בא ללמד", און זיי זענען געמאכט געווארן בלויז פארן תועלת פונעם פארום און זיינע חשוב'ע מיטגלידער, די ליינער און שרייבער.
ויה"ר שלא יצא מכשול ותקלה מתחת ידינו. אמן.
תוקן על ידי - פשטידא - 20/10/2006 22:20:57



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2009 19:52 לינק ישיר 

א בקשה צו אלע שרייבער, ווען איר ברענגט א לאנגע ארטיקעל אין ענגליש ביטע שרייבט אין יודיש א תמצית וואס דארט שטייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2006 17:26 לינק ישיר 

קריטיק אויף די הנהלה קומט ביי די מנהלים אין תיבה אישית.

תוקן על ידי - פשטידא - 25/10/2006 20:34:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ציל, כללים, און שטאטוטן פון דעם פארום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext