פראגע בויגן פאר ווער עס זוכט רשות כתיבה
ווער עס וויל ווערן א מעמבער אין דעם פארום, ווערט געבעטן צושיקן א פארלאנג אין אישית פאר דעם הויפט מנהל פונעם פארום, אנצייכענען אין די שורה "נושא" אז מען וויל באקומען רשות כתיבה, און אריינשרייבן די ענטפערס אויף די פאלגנדע שאלות:
א.
1) וועלכע קהילה/קרייז געהערסטו? ביטע ברענג עס ארויס דאס מערסטע וואס איז שייך.
2) ווי שטארקער אנהענגער ביזטו פון דיין קהילה/קרייז?
3) וועלכע שטאט [געגנט] וואוינסטו?
4) ווי אלט ביסטו?
ב.
1) דו נעמסט אויף זיך צו איינהאלטן די שטאטוטן פונעם פארום?
2) האסטו שוין געשריבן/שרייבסט אין דעם פארום מיט אן אנדערע ניק/ניקס?
3) ביזטו שוין אמאל נחסם געווארן פון דעם פארום, מיט די אדער א אנדערע ניק? פון א אנדערן פארום?
ג. איך האב א אינטערעסע אין דעם פארום כדי:
1) זיך צו באקענען מיט די חרדי'שע וועלט.
2) צולאזן הערן מיינע שטעלונגען.
3) צו פארטיידיגן די גרופע וואו איך געהער.
4) עפעס אנדערש (שרייב וואס).
ד. אויב דו וועסט זען א תגובה וואס באשמוצט א געוויסן רב, וואס וועסטו טוהן:
1) לאזן הערן א שארפע מחאה.
2) לאז געמאך, נישטא מיט וועמען צו רעדן.
3) איך וועל פרובירן מסביר צו זיין אויף א שיינעם אופן פארוואס דאס איז נישט גערעכט.
4) עפעס אנדערש (שרייב וואס יא).
ה.
1) איז דא איינער פון היידפארק וואס קען דיר רעקאמענדירן?
2) ווילאנג ביזטו שוין אויף היידפארק?
3) וועלכע שפראך פלאנסטו צונוצן? אידיש? ענגליש?
ביטע לייג צו א לינק אויב דו האסט שוין ערגעץ געשריבן.
מיט דאנק און שעצונג
פשטידא
דיפלא
שושנתיעקב
ניהול_גרופ
-----------
די הנהלה וועט זיך אנשטרענגען צו ענטפערן וואס פריער
1. ווער עס ווערט מאושר וועט באקומען א מעלדונג דערויף
2. סתם מוטשען די מנהלים וועט נאר שטערן צו באקומען רשות
3. ווען איר באקומט רשות, ביטע ליינט גרונטליך אדורך די שטאטוטן פונעם פארום בעפאר איר הייבט אן שרייבן
ציל, כללים, און שטאטוטן פון דעם פארום
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 01/11/2006 22:26:54
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/04/2008 14:50:52
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/08/2009 1:37:23 פארראכטן א צובראכענע לינק
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/08/2011 01:39:04
 |
|
|