שמעון ראלניצקי vs. קארל ראוו
גלייבט מיר בנאמנות, איך ברעך שוין פון זען אין די פרעסע איבער דאס פארלוירנקייט פון די רעפובליקאנער, ווער האלט דען נישט מיט די פארלאפענע יארן, ווי די רעפובליקאנער פארלירן יאר איין יאר אויס פאר די וואלן, און נאך די וואלן בלייבן זיי שטענדיג אויפן זאטל? איך בין כמעט הונדערט פראצענט אז היי יאר וועט זיך איבער'חזר'ן דער אזוי באקאנטער שפיל. די 'ליעקס' פון די (פארגראטעטע...) עקזיט פאולס זאגן פאר א מעכטיגן זיג פאר די דעמאקראטן, קארל ראוו דרייט זיך ארום מיט א ברייטן שמייכל, די פרעסע מאכט פון אים דאס גענאר. און א טאג דערויף איז ווייטער "ביזנעס עז יוזשועל" אין וואשינגטאן, און אויך ביי די 'מומחים' און אנאליסטן אין די פאליטישע וועלט...
ווען מ'פרעגט מיר וואלט איך אייך מיטגעטיילט מיין טיפער איבערצייגונג אז קארל ראוו זעלבסט איז דער וועלכער שטייט אונטער די אלע אלארמירנדע באריכטן! ס'איז ווייט נישט קיין סוד אז קארל ראוו האט ביי אסאך רעפובליקאנער פארלוירן זיין גלאנץ, זיי באשולדיגן אים פאר אלע פראבלעמען וועלכע פלאגן בוש און די רעפובליקאנער, וואו ס'איז נאר דא עפעס א שמארטשיקעל נעמט ער זיך באלד צו ראוו'ס ביינער, אפגערעדט פון זיין פערזעליכן שיעור-סקאנדאל ביי "ווילסאן/פלעים-געיט", וואס האט פאקטיש היפש אפגעשוואכט זיין גלאנץ און שטיצע אויך ביי אסאך פון געשוואוירענע רעפובליקאנער.
אבער נישט מיט קארל ראוו, ער איז אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל, ער וועט הינטערוויילעכט'ס גוט אנציען די רעפובליקאנער, ער - און דאס ווייסע הויז - ערמעגליכן פאר די פרעסע צו דרייען מיט די באריכטן לויט זייער געשמאק, אלע גינסטיגע נייעס איבער די עקאנאמיע ווערן דערשטיקט און פארשיקט ביז די לעצטע זייטן פון די נאציאנאלע צייטונגען, דאס ווייסע הויז איז כסדר פארנומען מיט 'אפשלאגן די אטאקעס' קעגן זיך. מען פלאנצט איין אין די פרעסע שאקירנדע באריכטן איבער די שמאלע אויסזיכטן פון די רעפובליקאנער צו בלייבן ביי דער מאכט, די דעמאקראטן גרייטן שוין זייערע זיג רעדעס, די ליבעראלן אין לאנד יובלען שוין פאר פרייד, און אלע רעפובליקאנער, פון לינק ביז קאנסערוואטיוו, בייסן זיך די נעגל פאר נערוועזיטעט.
אין דער צייט שיינט ארויס דער פערזענליכקייט פון קארל ראוו, ער איז דער איינציגער וועלכער שטייט ווייטער מיטן קאפ אין דער הייעך, פארזיכערנדיג פאר ווער עס הערט אים נאר אויס אז די רעפובליקאנער פארבלייבן ווייטער ביי דער מאכט, מעגליך מיט א שמעלערע מאיאריטעט, אבער פונקט גענוג צוצושטעלן די שיינע אפיסעס פאר די רעפובליקאנער 'מאיאריטעט' סענאטארן, און אריינשטעלן איבעראל ריכטער לויט ווי זיי שמעקט. און ווער עס ליינט די אינערליכע מאפע שמעקט באלד אז אויך דאס מאל וועט ראוו שמייכלען דער לעצטער, און איר קענט זיין זיכער אז ער וועט נישט זיין אליין...
מען קען זיך זעלבסט פארשטעלן די אויפרייסנדע קאנטער-רעאקציע און אויסטערלישע פאפולאריטעט וואס ראוו וועט באקומען אין פאל די רעפובליקאנער באווייזן טאקע אנצוהאלטן זייער מאיאריטעט אין וואשינגטאן. דאן וועט זיך האבן אויסגעצאלט פאר ראוו די אלע אטאקעס אויף זיין חשבון אין די לעצטע יארן, און ספעציעל די נעגאטיווע און אטאקירנדע באריכטן פון בעפאר די וואלן איבער דעם שטארקן רעפובליקאנער דורכפאל.
און ווי מיר שיינט האט אויך שמעון ראלניצקי דאס דערשנאפט, און ער האט באשלאסן אז פון זיין פריוואטן קאלום וועט ער צושמעטערן דעם גראנדיעזן חלום פון דעם גרעסטן פאליטישן פיינט! ער וועט אויפדעקן אז די רעפובליקאנער שטייען בכלל נישט שמאל, און דערציילן פאר די וועלט דעם גאנצן אמת איבער ראוו'ס חשבונות! און אז ראוו וועט פארלירן דעם עלעמענט פון איבערראשונג (נאך וואס די מיליאנען ליינער פון דעם קאלום וועלן וויסן דעם סוד פון פריער...) וועט שוין זיין גלאנץ נישט צוריקקומען צום אלטן אמאל.
אנדערש איז נישט צום פארשטיין וויאזוי דער אויסגעשפראכענער ליבעראל זאל וואך איין וואך אויס ווידמען זיין לייט-ארטיקל פאר די אויסשליסליכע טעמע ווי גוט עס גייט פאר די רעפובליקאנער...
 |
|
|