hyde_talk
כהאב פרובירט צו פארעכטן די אויסגעמישטע ענגלישע ווערטער, סמאכט לעצטענס פראבלעמען דא, מבעט
יעדן זאל נעמען צו פארשטענדעניש דעם פראבלעם אזויווי סווערט ארויסגעברענגט אין דעם אשכול:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2066186
וועגן שוועקיס הערה, איז זיכער אז סאיז א געוואלדיגע חוצפה אנצורופען א ניגון וואס איז נישט
זיינס( נאר ער זינגט דאס אויף א ליקוט טעיפ צוזאמען מיט נאך אנדערע באקאנטע ניגונים) כאילו
סאיז" א ניגון פון מיין פריערדיגע אלבוים", סאיז אויך א חילוק אויב ער האט געזאגט אז סאיז א
ניגון וואס "איך זינג" אויף מיין פריערדיגע אלבוים אדער אויב ער זאגט אז סאיז א ניגון "פון
זיין" פריערדיגע אלבוים
כוואלט אים שטארק געוואלט דן זיין לכף זכות אז ער האט זיך פשוט שלעכט אויסגעדרוקט אבער אפילו
בטעות איז עס נישט מן הנימוס, סוואלט אים גארנישט געשאדט צו זאגן אז סאיז די "ניגון פון פינקי
וועבער" אדער בפירוש זאגן אז סאיז שרולי גינזבערגס ניגון (סוועט אים נישט שאטן פאר פרנסה)
אדער אפילו גארנישט זאגן
כהאף נאר אז סאיז נישט געווען בכוונה תחילה דורך יוחאי אזוי כדי צו פראמאיטען די "בהתעוררות"
אלבוים
 |
|
|