בית פורומים כל העולם כולו

פראכטפולע שבע ברכות דורך סאטמאר מאנסי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2006 08:00 לינק ישיר 
פראכטפולע שבע ברכות דורך סאטמאר מאנסי

די סאטמארע קהילה אין מאנסי האט געמאכט א פראכטפולע שבע ברכות אין ישיבה ספרינג וועלי, וואו ס'איז געווען איבער 400 אידן, איבער האלב פון מאנסי, און די איבריגע איז געווען אידן פון קרית יואל וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שמחה אינערהאלב די מאנסיער קהילה.

ס'איז געווען הערליך צוגעשטעלט, שירה האט דארט ווידער געמאכט א קנאקעדיגע ארבעט, יענקל מילער איז אביסל געגאנגען אויף די נערוון, אבער די איבריגע זאכן זענען געווען מורא'דיג. בפרט די יונגל וואס האט געזינגען מיט אזא הארץ און געפיל אז די רבי איז געווארן באנומען ביז טרערן. מאנסי האט זיך אויך צוגעשטעלט אלס צד אין די 'דין תורה' צווישן וויליאמסבורג און קרית יואל, און זיי בעטן אז די רבי זאל דארט אויך קומען מער אפטער...

ר' חיים יושע'ס גבאים האבן געקאלט אלע רבנים אין שטאט אנווארענען אז ווער ס'גייט צו די שבע ברכות איז "מצער" דעם הייליגן באבובער רבי'ן פון מאנסי, למעשה זענען געקומען כמעט אלע פראמינענטע רבנים פון שטאט, אויסער אזעלכע וואס זענען שוין געווען ביי די גרויסע חתונה.

די רבי האט פערזענליך ארויסגעברענגט זיינע געפילן צו די קהילה אין מאנסי, אויך די וויליאמסבורגער רב האט ארויסגעברענגט אז ער איז שטארק נתרגש געווארן פון די הערליכע קהילה וואס ער האט געטראפן דעם שבת, און געזאגט אז די איכות שטייגט אסאך איבער די כמות, וואס איז אויך נישט אוועק צו מאכן.

איינער גאלדבערגער האט געגראמט זאכן וואס איך האב נישט פארשטאנען, די היימישע מאנסיער פאליטיק, אויך האט ער שיין ארויסגעברענגט אז די רבי זי"ע די ברך משה איז יעצט דא און מ'בעט אז ער זאל משפיע זיין פאר די מאנסיער קהילה. אויך ר' יצחק ברוך ברוין האט געהאלטן א לאנגע דרשה, אביסל צו לאנג, אבער זייער הארציג ארומגערעדט וועגן די מאנסיער קהילה און אירע אויפטוען.

אלע רעדנערס זענען געווען בעיקר ביזי מיט 2 אויפטוען, די נייע בוטשער, און די נייע כולל אויף וואס די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט "איך האב א כולל אין מאנסי". מ'האט געשמועסט אז די נייע כולל איז שוין גרעסער ווי די געוועזענע סאטמארע כולל וואס איז היינט אריבער צו באבוב.

ביים סוף האט מען געטיילט די נייע ספר "מהר"א ט"ב" פון רבי'ן, און געטאנצען זייער לעבעדיג איבער א האלבע שעה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2006 01:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2006 18:59 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יארמער רב איז מהנה דער עולם





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2006 18:03 לינק ישיר 

ווער איז דער מיטען היט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2006 17:59 לינק ישיר 

ווייל א ראש ישיבה זיצט אויבן אן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2006 17:50 לינק ישיר 

האט דער פאפא ראש ישיבה (דער אלה מסעי) עפעס מיט די מחותן די פאפא רב פון מאנסי? פארוואס זיצט ער אויבנאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2006 17:48 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא האט איר איין בילד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פראכטפולע שבע ברכות דורך סאטמאר מאנסי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext