איך האב געהאט אין מיין PC אינסטאלד Canon Zoom Browser (עס קומט מיט די קאמערא) נאכן אנאינסטאלן איז עס נאך אלס געבליבן ביי "ADD OR REMOVE PROGRAMS" און ביים קליקן רעמאוו קומט ארויף א ערראר Company Name Not Found In String Table, ביים אנפרעגן Canon בין איך באפוילן געווארן צו עדיטן די רעגיסטרי, למעשה האט דאס אויך נישט געהאלפן, נאכן ארום קריכן ביי מייקראסאפט און CNET בין איך אנגעקומען צום אויבן דערמאנטן, נאכן סקען איז ארויס די רעזולטאט מיט 719 רעגיסרי עראררס, ביים קוקן די דיטעילס זעה איך אז א חלק איז פון פראגרעמס וואס איך נוץ אין דער ארבעט און א חלק וואס איך האב שוין לאנג אויסגעמעקט, איז מיין שאלה וואס וועט מיר דער מעקעניק העלפן, אויסמעקן די גוטע, צוריקברענגען די אלטע ?
|
|