שוין ווייטער לעבעדיג אין באבוב
לויט ווי איך האב געהערט היינט איז געווען ששון ושמחה אין באבוב ווען דער איידעם פון באבובער רבי ר' שלמה ז"ל הרב
גאלדבערגער (בוקוואסק) האט חתונה געמאכט, די מעשה גייט אז ר' בן ציון איז געקומען צו די חתונה אבער ווען ער איז געוואיר
געווארן אז ר' יהושע רובין איז אויך דארט געווען האט ער זיך באליידיגט און אנטלאפען, ער איז צוריקגעקומען צו מצוה טאנץ אבער
זיינע באגלייטער האבן זיך געטוישט די בגדי שבת צו בגדי חול (הוטען) און ער האט געמאכט א טשיק טשאק טענצל אן זאגן
געהעריג מזל טוב פאר די מחותנים, הרב גאלדבערגער האט זיך באליידיגט און שנעל גערופען ר' מרדכי דוד וואס האט לעולם נישט
געדארפט זיין דארט, דער 45'טער רבי איז טאקע געקומען צו גיין מיט א גרויסער עולם און געמאכט א מצב ווי א רשכבה"ג.
שבת שבע ברכות האט געזאלט זיין אין באבוב, אבער די גאנצע זאך איז בטל ומבוטל געווארן, יעצט הייסט דאס אז הרב
גאלדבערגער מיט ר' בן ציון זענען אפיציעל צוקריגט.
איך זאג נישט אז ביי אנדערע פלעצער איז בעסער, אבער פאר באבוב וואס איז אמאל געווען דער סימבאל פון שלום איז דאס זייער א
קינדערישע צוגאנג.
|
|