בית פורומים כל העולם כולו

באריכטן פון די סאטמארער שבע ברכות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2006 03:31 לינק ישיר 
באריכטן פון די סאטמארער שבע ברכות

אזויווי איך זעה האט זיך דער פארום חדשות קיטל שוין אויך פארמאכט, אזוי אז מען זעט מער נישט קיין סאטמארער באריכטן פאר די אויגן. וויל איך בעטן ווער עס האט סיי וועלכע בילד ווידאו אדער סתם באריכטן פון די סאטמארער שבע ברכות זאל עס ביטע דא ארויפלייגן. איך בין געווען ביי די שבתים טישן, חתונה, שבע ברכות ב"פ, מוצש"ק שבע ברכות, און די עולם איז ממש געווען להפליא, ער האט צוזאמענגעשלעפט א מעכטיגע ציבור וואס קיין איין פאראויסשאצער האט זיך נישט געחלומט. דרך אגב, ר' שלמה יענקל האט ביי איינע פון די ברכות געזאגט בדרך צחות אז לכאורה שטייט אינערגעץ נישט אז א פעטער באטייליגט זיך, איז ווער זאגט אז דער רבי זי"ע האט זיך געפינען ביי די חתונה?. נאר א רבי געפינען מיר יא אז די נשמות קומען אראפ, איז אויב גייט מען צו בתורת פעטער איז נישטא קיין סיבה פארוואס ער זאל קומען. אבער אויב גייט מען צו בתורת רבי באטייליגט ער זיך. -ער האט מרמז געווען אויף דעם וואס דער סאטמארער רבי רופט כסדר אן רבינו הק' זי"ע מיטן נאמען רבי זי"ע, משא"כ הגה"ק ר' אהרן שליט"א וואס זאגט אייביג "דער פעטער"... אויב איך וועל האבן צייט וועל איך אראפשרייבן מער באריכות, יעצט בעט איך די וואס זענען דארט געווען זאלן עס באשרייבן (אן קיין גוזמאות און געפילן). [אגב, וויל איך זיך אנטשולדיגן אויב עס טוט איינעם וויי אז איך רוף רז"ל סאטמאר, דער פארום דא איז נייטראל, און איך זעה אז די אהרונים רופן ר' אהרן סאטמאר -"פראכטפולע שבע ברכות דורך סאטמאר מאנסי"- "באריכטען פין די גרויסע סאטמארע חתונה יום ב אין קרית יואל" - "די נעגסטע סאטמערע חתונה" ועוד ועוד, וואס מען רופט דא אן הגה"ק רבי אהרן שליט"א אלץ אדמו,ר מסאטמאר. דעריבער שפיר איך זיך פריי צו רופן סאטמאר וועמען איך האלט אז ער האט די ארגינעלקייט פון סאטמאר].



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באריכטן פון די סאטמארער שבע ברכות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext