ירושלימער רב: "דא גייט זיין א מלחמה!"
היינט איז די פאליציי קאמישאנער פון ירושלים, אילן פראנקא, געווען ביים ירושלימער רב, און גערעדט צו אים וועגן די מצעד התועבה וואס איז געסקעזשולט אז ס'וועט פארקומען אפאר וואכן ארום, רח"ל, און אריינשטעכן א מעסער אין רוקן פון די שכינה הקדושה אין פלטרין של מלך, אויב איז נישט דא דארט גענוג תועבה ה"י.
דער פאליס קאמישאנער האט פארלאנגט אז דער ירושלימ'ער רב זאל אים צוזאגן אז ס'וועט נישט פארקומען קיין געוואלדטאטן ביי די פראטעסטן, אבער ירושלימ'ער רב האט עס בשום אופן נישט געוואלט צוזאגן. "מיר וועלן נישט מוותר זיין, מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין שום משא ומתן און קיין שום פשרה, עס איז אונזער פליכט אראפצונעמען די חרפה פון די שטאט ירושלים עיה"ק!".
|
|