|
|
| נשלח ב-30/10/2006 21:00 |
|
| |
משוגעת'ן, טעכנאלאגיע פון נייערע אויטאס
איך האב געטראכט סתם פאר אינטרעסאנטקייט צו שרייבן עטליכע אינטרעסאנטע טעכנאלאגיע פון היינטיגע פארגעשריטענע אויטאס. רוב פון די קען מען רואיג בא'טיטל'ען "מאדנע", אבער אנדערע פיטשערס זענען יא מער נוצבאר. אסאך פון די פיטשערס זענען מסתמא באקאנט פאר אסאך מענטשן, און מסתמא אנדערע נישט.
מיר קענען נאך געדענקען יארן צוריק ווען "עירקאנדישאן" אין א קאר איז געווען א לוקסוס, נישט אלע אויטאס האבן דאס געהאט, און אנדערע האבן פארלאנגט עקסטערע געלט פאר די "אפשען"... אזוי איז געווען מיט פשוט'ע טעיפ שפילערס (טעיפרעקארדע"ר בלע"ז ובלשון אידיש). וכדומה.
ס'וואלט געווען אינטרעסאנט צוריקצוגיין יארן צוריק צו זעהן ווי צוביסלעך האבן זיך די פיטשערס אנטוויקלט, און יעדע זאך האט זיך אנגעהויבן ביי די לוקסוזעריע אויטאס, און דערנאך איז עס געווארן א "מאָסט" און איז אראפגעקומען צו די פשוט'ע אויטאס. ווי צ.ב.ש. "ווייפערס", "שפיגלען", וואס גראדע שפיגלעך איז געווארן א געזעץ שפעטער. און אזוי אויך די אלע לעקטערס. אבער רוב פון די זאכן וועלן אפשר אונזערע זיידעס געדענקען.
באמת, אויסצורעכענען אלע פיטשערס – הזמן יכלה והם לא יכלו... מען קען נישט דא "אלעס" באשרייבן, וועל איך שרייבן וואס איך געדענק אויפן מינוט, און איר קענט צולייגן אייער אייגענע... ישמע חכם ויוסיף לקח.
א) שפריצערס און ווייפערס אויף די העדלייטס. רוב לוקסוס אויטאס האבן דאס כדי צו צוהעלפן די באלייכטונג פון די העדלייטס ווען עס שנייט אדער עס איז פארנעפלט ("פאַג" בלע"ז).
ב) העדלייטס וואס דרייט זיך אינאיינעם מיטן סטירינג ווהיל, ביז 15 דיגרי. דאס העלפט אויב מען פארט ביינאכט אין א טונקעלע געגנט און די ראוד דרייט זיך, דרייט זיך די העדלייט מיט מיטן סטירינג וויל, כדי צו שיינען אויף געדרייטע ראוד.
ג) היי ביעמ'ס וואס שפירן אז א אויטא קומט אנטקעגן, זיי לעשן אויטאמאטיש אויס די היי-ביעמס, און ווען די אנדערע אויטא איז שוין אדורכגעפארן, צינדט זיך עס צוריק אן. (קעדילעק).
ד) אירקאנדישאן/סטיעם ווענטס וואס שפירן וואו דער דרייווער זיצט, און וואו די זון שיינט מער, און דארט בלאזט עס שטערקער, כדי דער מענטש זאל זיך שפירן באקוועם איבעראל אויפן גאנצן גוף, נישט אז די זון שיינט אויפן פיס און די עירקאנדישאן בלאזט מיט א רציחה אין פנים נאן-סטאפ.
ה) "וואויס ריקאגנישאן" ד.ה. דער מאשין כאפט אויף דיינע דרשות און פארשטייט וואס דו רעדסט צו אים. עס איז ברייט באוואוסט אז מערערע "נעוויגעישאן" סיסטעמס ארבעטן אזוי, אבער עס זענען פאראן אויטאס וואו דער סאונד סיסטעם און עירקאנדישאן פארשטייען פונקט אזוי. מ'שרייט "קעלטער" און עס קומט מער קאלטע לופט; מ'שרייט "העכער" און די מוזיק ווערט העכער (פארשטייט זיך, איר מוזט עס זאגן אין ענגליש...).
ו) "לעין דעפארטשור אלערט": א נייע זאך וואס אינפיניטי און וואלווא האבן ערצייגט, אויב גייסטו אויף א אנדערע לעין אָן בלינקען די סיגנאלן, הייבט עס אן צו פייפן, פֶּן טאמער דער דרייווער איז פארשלאפן, פאר'חלומ'ט אדער האט זיך פארשמועסט אויפן סעלפאן. אויך האבן טייל פון זיי א קעמערא נעבן דעם שפיגל, וואס צייגט דיר אינעם שפיגל אויב א קאר איז אין דיין "בליינד ספאט"...
ז) ברעיק לייטס אין בעק וואס שיינט נארמאל ווען מ'ברעיקט, און נאך שטערקער ווען מ'ברעיקט זייער שטארק (עמערזשענסי ברעיקינג) – אזוי ווייסט דער דרייווער פון אונטן זיך אנצוגרייטן און אויך שטארק דרוקן זיינע ברעיקס. אז נישט קען דאך דער דרייווער פון אונטן נישט וויסן צי דער קאר אין פארנט ברעיקט געווענליך צי ער האלט כמעט פאר אן עקסידענט... (בי.עם.דאבעליו).
ח) אין די שפיגלעך איז אויך דא פארשידענע פיטשערס. די ערשטע און מערסטע באקאנט איז "הייסע שפיגלעך", וואס ווערט הייס ווען מ'צינדט אן די "ריער דעפראסטער", אזוי אז אויב ס'שנייט אדער עס איז פארהויכט, וועט דאס די היץ קלאר מאכן פארן דרייווער. רוב אויטאס קומען שוין היינט מיט דעם חוץ די גאר "בעיסיק". נאכדעם קומט "אטאו-דים" וואס שפירט ווען א אויטא פון אונטן שיינט מיט די היי ביעמס, פארטונקלט זיך די שפיגל, כדי נישט בלינד צו מאכן דעם דרייווער... (דאס איז מער באוואוסט אויף די אינווייניגסטע שפיגלעך, אבער א גרויסע חלק קארס האבן עס אינדרויסן אויכעט, בפרט אויף די לינקע שפיגל). נאכדעם קומט אז די שפיגלעך דרייען זיך אליינס אריין (פארמאכן זיך) ווען די אויטא איז געפארקט. נאכדעם קומט "בלינקערס" אויף די שפיגלעך, וואס איז סיי "קאאָל" און סיי ס'העלפט אנדערע דרייווערס וואס זענען אין דיין זייט (נישט אונטן) צו וויסן דיינע פלענער אז דו ווילסט זיך דרייען. נאך א פיעטשער, אויב מ'בעקט (ד.ה. מ'רוקט אריין די שיפט אין רעווערס) דרייט זיך די שפיגל אראפ לויט ווי מ'שטעלט עס אן אין די מעמארי.
ט) וויפיל מאל האט איר שוין געבעקט און אריינגעקראכט אין עפעס? זייער אסאך אויטאס פארמאגן שוין היינט עצות דערקעגן. עס גייט ווערן א געזעץ ביז בערך 3 יאר אז אלע אויטאס מוזן האבן כאטש עפעס א באווארענונגס מיטן דערקעגן. ע"פ רוב וועט עס זיין די סענסארס וואס פילע אויטאס האבן, וואס אויב מ'בעקט צו נאנט צו א זאך (OBSTACLE) הייבט אן קודם צו בלינקען לעקטערלעך און דערנאך פייפט עס העכער אדער שנעלער. ווער עס האט עס נישט קען דאס אינסטאלירן פאר בערך 300 טאלער. בעסערע אויטאס, ספעציעל די וואס פארמאגן א סקרין פארן נעוויגעישאן סיסטעם, האבן א קעמערא וואס ווייזט אין די סקרין די בילד פון אונטן און מען קען זעהן וואס טוט זיך מאחורי הפרגוד. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר צוצוהעלפן, און נישט זיך צו פארלאזן "לכתחילה" אויף דעם.
י) רעין-סענסינג ווייפערס. איר דארפט נישט פארלעשן אדער אנצינדן די ווייפערס. ער שפירט שוין אז עס איז נאס, און טוט זיין ארבעט אליינס. לעקסוס אויטאס האבן א ספעציעלע גלאז וואס איז "וואטער-רעסיסטענט", דהיינו עס לאזט נישט ארויף קיין וואסער, ער שטופט דאס אפ פון זיך.
המשך יבא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2007 05:26 |
|
| |
טאיאטא האט געמאלדן לעצטענס איבער א שפאגל נייע טעכנאלאגיע וואס כאפט אויף אויב דער דרייווער האט צופיל געטרינקען.
דער סיסטעם באשטייט פון עטליכע אויפשפיר אפאראטן. איינס איז א גערוך אויפכאפער, ד"ה די אלקאהאלישער גערוך, אויב עס שפירט א געוויסער מאס וועט עס פארשטייטערן דעם קאר.
דאס צווייטע איז א קאנטראל אויפכאפער, ד"ה אויב די רעדעל ווערט געדרייט ארויס פון קאנטראל וועט זיך דער קאר פארשטייטערן און עווענטשועל גענצליך אפשטעלן.
דאס דריטע איז א מער סאפיסטיקירטע 'אויגן אויפכאפער', ד"ה א קאמערע אינסטולירט אנטקעגן איבער דעם דרייווער, אויב מערקט ער אז די אויגן שטייען אים נישט גראד אויף א געוויסע מאס, וועט דאס פארשטייטערן און עווענטשועל אפשטעלן דעם קאר.
די אלע טעכנאלאגיע וועלן ארבייטן אינאיינעם אויכעט, דאס הייסט די אינפארמאציע ווערט געליפערט צו איין קליינע סאפיסטיקירטע דעטעבעיס אינעם קאר, אויב שפירט עס אביסל פון יעדע וועט דאס אויך אפשטעלן דעם קאר.
אנאליסטן שפעקולירן צי דער סאפיסטיקירטער 'אויגן אויפכאפער' וועט קענען ארבייטן אויב דער דריווער שלאפט איין אינמיטן דרייוון, ד"ה די אויגן ווערט פארמאכט מער ווי א געווענליכן בליק וועט דער סיסטעם אלארמירן מיט קולות ביז די אויגן עפענען זיך. און דאס איז און צוגאב צו די סאפיסטיקירטע 'לעין אויפכאפער' וואס דערשפירט אויב פארט מען ארויס פון לעין אויף אן אבנארמאלן אופן - א צייכן פון איינשלאפן, צינדט זיך אן א וועקער זייגער אינעם קאר ביז דער דרייוער זאגט מודה אני.
די 'לעין אויפכאפער' סיסטעמען זענען שוין אינסטולירט געווארן אין געוויסע מאדעלן די לעצטערע צייטן.
לא ינום ולא ישן שומר ישראל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 19:06 |
|
| |
דער נייער פארד עקספעדישאן, וועלכע קומט אין צוויי ווערסיעס, די געוענליכע לענג און א לענגערע - וואס וועט ערזעצן דעם גרויסן "עקסורשאן" פון פארד, און וועט זיין א שטארקע קאמפעטישאן פאר שעווי'ס סובורבען - האט אסאך מעלות און אויך חסרונות.
די עיקר מעלה פון די פארד עקספעדישאן מער ווי די שעווי, וואס פאר רוב עולם וועט דאס מאכן א חילוק, איז אז די לעצטע זיץ גייט אריין אין דער ערד, אזוי ווי רוב היינטיגע מיניווענס, אזוי אז אויב מ'דארף אמאל די פלאץ אין בעק צו שלעפן פעקלעך און נישט צו זיצן, דארף מען נישט מער ווי א שלעפ טאן א בענדל, און דער זיץ לייגט זיך אראפ פלאך. משא"כ אין דעם שעווי סובורבען, מוז מען בכבודו ובעצמו ארויסשלעפן די שווערע סיעטס (אקעי, מען קען נעמען א העלפער אויך), און זוכן וואו זיי אראפצולייגן (וואס איז נישט א גרינגע זאך אין שטאט).
דער פארד עקספעדישאן פארט אויך אביסל מער סמאד, ווייל ער האט א אינעפענדענט סוספענשאן (כידוע למבינים, ודו"ק), משא"כ די שעווי.
אבער דער סובורבען האט אויך "קאזינס", ד.ה. דער GMC יוקאן, יוקאן דינעלי, און די טאפ-אפ-די-ליין קעדילעק עסקעלעיד. זיי פאקן איין דעם פארד צעהן מאל - נישט נאר פארד, נאר אוך דעם "לינקאלן נעוויגעיטאר", וואס איז א לוקסוס'דיגער ווערסיע פאר דעם עקספעדישאן. זיי האבן א בעסערע גרעסערע ענדזשין מיט מער פאוער, א הערליכער "אינטיריאר" (ד.ה. די גאנצע אויסשטעל אינווייניג, די דעשבארד מיט די ווייזערלעך), און אסאך באקוועמע פיטשיווקעס וואס מען קען נישט באקומען ביים פארד. אבער דער עסקעלעיד קען אייך אפקאסטן אזא 75,000 דאלער, סאו גיטס אבאכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 17:55 |
|
| |
די נייע לעקסוס LS איז טאקע געוואלדיג, און שטייגט איבער אלע פאנטאזיעס... אבער עס האט איין גרויסע חסרון: ברעיקינג. עס נעמט איבער 210 פוס אפצושטעלן דעם אויטא פון 60 מייל-פער-שעה. דאס איז זייער א לאנגע דיסטענץ פאר א אויטא, ספעציעל פאר אזא וואס איז נישט אזוי שווער. א שווערער זעקס-טויזענט פונטיגער פארד עקספעדישאן סטאפט שוין שנעלער!
בכלל זענען רוב טאיאטעס און לעקסוס אויטאס באקאנט מיט דעם פראבלעם. (פאר ווער עס ווייסט נישט: טאיאטע און לעקסוס איז די זעלבע קאמפאני. נאר לעקסוס איז די לוקזשורי דיוויזשאן, אזוי ווי לינקאלן איז פאר פארד, און קעדילעק פאר שעווי). צ.ב.ש. דער אזוי ברייט באנוצטער טאיאטע סיעננע מיניווען, איז גערעיטעד אין "קאנסומער רעפארטס" אלס איינע פון די בעסטע מיניווענס (בלויז די האנדא אדיסי שטייגט איר איבער), אבער איינע פון די עיקר חסרונות ווערט דערמאנט: "שוואכע ברעיקינג". פון טעסטן אלע מיניווענס, האט די סיענע געסטאפט די לענגסטע פון אלע!
איך ווייס נישט פארוואס דאס איז. טאיאטע האט באקומען א אויסגערופענע נאמען פון קוואליטי און רילייעביליטי, און איז געווארן ממש די "בענטשמארק" וואס אלע אויטאס מעסטן זיך לויט דעם (צי איז עס אזוי גוט ווי א "טאיאטע"?). הגם לעצטנס זענען פאראן זייער אסאך קאמפלעינטס אויף זיי, סיי מיט די נייע קעמרי, און די נייע אוואלאן. פאראן עטליכע פלעצער אויף די וועב וואו איר קענט זעהן ווי צענדליגער מענטשן שרייען מיט ווייטאג אויף די געלט וואס זיי האבן באצאלט פאר א גוטע רעלייעבל קאמפאני, און למעשה איז עס מלא פראבלעמען, און בעיקר אז קיינער הערט זיי נישט אויס און מאכט זיך נישט וויסנדיג. ווידעראום אמעריקאנער אויטאס זענען אויפן וועג ארויף, און סיי ביואיק און סיי פארד האבן באקומען גוטע מארקס לעצטנס. ס'איז שוין מער נישט די דזשאנק פון אמאל, לויט די עקספערטן.
אלע עקספערטן זאגן אז מען זאל נישט קויפן (לכתחילה) קיין אויטא אין דעם ערשטן יאר וואס עס קומט ארויס. געווענליך איז עס פול מיט פראבלעמען, באגס, ריקאלס, א.א.וו. דעם צווייטן יאר ווערן שוין רוב באגס ארויסגענומען, און אזוי ווערט עס בעסער און בעסער, יאר נאך יאר.
א נייע קאמפאני וואס איז לעצטנס ארויפגעשווימען מיט טאפ קוואליטי, און זענען א ערנסטע קאמפעטישאן פאר טאיאטע און האנדא, איז די קאמפאני "האנדעי" (פארמישט זיך נישט מיט "האנדא"), און אזוי אויך "קיע", וואס הייאנדעי האט אפגעקויפט עטליכע יאר צוריק, און זינט דעמאלס זענען זיי געשטיגן מיט גוטע קוואליטי פראדוקטן מיט א מורא'דיגע שנעלקייט וואס באוואונדערט די מידיא. מיט אפאר יאר צוריק האבן זיי געהייסן ממש גארביטש. די קאמפאני איז געבעיסט אין (צפון?) קארעא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 16:03 |
|
| |
די נייע 2007 לעקסעס פיל מיט אינטרעסאנטע זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2006 16:59 |
|
| |
איך שרייב יעדן טאג אפאר שורות, ווען איך וויל זיך אפרוען פון מיין עבודת הקודש. צוביסלעך נעמט דאס נישט אויף צופיל צייט. דערפאר נעמט אזויפיל צייט צווישן איין "המשך יבא" און די צווייטע...
עניוועי, א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן! 
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2006 17:53 |
|
| |
בס"ד
חלק ב'
קודם א דאנק פאר "אלוועיס" וואס האט צוגעלייגט נאך א FEATURE. לכבודו וועלן מיר דאס ערשט אויסרעכענען:
יא) "לעיזער קרוז קאנטראל" – אויך באקאנט אונטער פארשידענע אנדערע נעמען, ווי צ.ב.ש. ADAPTIVE CRUISE אדער DYNAMIC CRUISE וכדומה, וואס האט א סענסאר פארנט פון דעם אויטא, און מען קען לאזן דעם אויטא פארן אליין – די איינציגע זאך וואס דער דרייווער ברויך טון איז דרייען דעם רעדל (סטירינג ווהיל) – דער אויטא וועט אויטאמאטיש שפירן אויב מען דערנענטערט זיך צו אן אנדערע קאר, און וועט אויטאמאטיש ברעיקן לפי הצורך. איינמאל דער אויטא אין פארנט פארט שנעלער, אדער מען סוויטשט אן אנדערע לעין, גייט עס צוריק צום ספיד און חדש ימינו כקדם...
יב) SMART KEY. ד.ה. א קלוגע שליסל. אסאך אויטאס, אפילו פשוט'ערע טאיאטע'ס (צ.ב.ש. אוואלאן) האבן דעם אייגנשאפט און אינטערעסאנטן שליסל. איר קענט לאזן דעם שליסל אין טאש! בשעת איר קומט נאנט צום אויטא, וועט ער זיך פון זיך אליין אויפשפארן... ווער האט דען כח צו דרוקן א באטען? ס'איז ממש אלטמאדיש! (דערווייל עפענען זיך נאכנישט די טירן פון זיך אליין...), דערנאך זעצט איר זיך אריין, און קוועטשט א קנעפל אין די זייט, און די ענדזשין איז אנגעצינדן... וואספארא מין משוגעת איז דאס "דרייען א שליסל"? דאס פאסט נאר פאר אונזערע זיידעס!...
יג) לאמיר גיין צום סטיריא סיסטעם והמסתעף. ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבן. קודם כל, רוב אויטאס – בפרט די לוקסוס'דיגע – קענען קומען אויסגעשטאטעט מיט א "די.ווי.די." נעוויגאציע סיסטעם, בעיקר געצילט צו ווייזן די וועגן, אבער קומט שוין היינט מער צוניץ. אויסער די FEATURE וואס איך האב שוין אויבן דערמאנט אז ס'האט א קעמערע פון אונטן און ווייזט אלעס אויפן סקרין, זענען פאראן נאך אויפטוען. ערשטנס "ריעל-טיים טרעפיק אלערטס", דהיינו אז דער מאשין איז קאננעקטעד מיט די טרעפיק אינסטאנצן, און אויב זיי געבן אייך א וועג, למשל פון ברוקלין קיין קרית יואל, דורכן וואשינגטאן ברידזש, און דער נעוויגאציע סיסטעם באקומט א מעסעדזש אז אויפן בריק איז יעצט דא טרעפיק פאר א האלבע שעה, וועט ער אייך מודיע זיין, און אייך געבן א שנעלערן וועג. ער וועט אויסרעכענען וואו איז פאראן די ווייניגסטע טרעפיק און אייך געבן דעם אויסוואל!
יד) צווייטנס, וואס איז ווערד א סעיף פאר זיך, איז א הארד-דרייוו אינעם סטיריא, סיי צו האלטן נעוויגאציע אינפארמאציע, און סיי אריינצולייגן אלע אייערע MP3 ניגונים. עס איז פאראן מיט עטליכע גיגאבייטס, 20 אדער מער, יעדע אויטא אנדערש. אזוי אז איר קענט אריינקאפיען אייער גאנצע איי-פאד אהין, אדער עם.פי.טרי.'ס פון אייער קאמפיוטער, און איר וועט מער נישט דארפן אריינלייגן קיין טעיפ אדער סי.די. אינעם אויטאס סי.די. פלעיער. אסאך אויטאס (למשל די נייע קרייסלער סעברינג) האבן א USB קאנעקשאן, אזוי אז איר קענט צובאהפטן אייער USB פלעש דרייוו און אראפקאפיען און ארויפקאפיען כחפץ לבכם. אזוי אויך קענט איר רעקארדירן מעסעדזשעס בשעת'ן דרייוון (דורך א מייקראפאן אינעם שפיגל), וואס ווערט געסעיווט אינעם הארד דרייוו פונעם אויטא, און דאס אויך אראפקאפיען אויף אייער USB. (און דערנאך צו אייער קאמפיוטער).
טו) פון די אויטאס וואס האבן די (גע'אסר'טע) די.ווי.די. (DVD) שפילער אין די בעק פאר די קינדערלעך, איז אלס געווען טענות הלמאי מען גיט נישט די אפציע אויך פאר די עלטערן. אצינד, א גרויסע חלק אויטאס וואס גיבן אייך א סקרין פון פארנט, קענען דורכדעם די פארנט פאסאזשירן אויך מיטהאלטן די מאווי אין פארנט סקרין – פארשטייט זיך בלויז ווען דער אויטא איז אין PARK פאזיציע.
טז) און מען קען נישט גיין ווייטער פאר מען דערמאנט נישט די BLUETOOTH טעכנאלאגיע, וואס אויב אייער סעלפאן האט אויך בלוטוט, קענט איר דאס "מחבר" זיין מיט אייער אויטא, און דער אויטא ווערט אייער טעלעפאן... איר קענט דייעלן א נומער בלויז מיטן אויסרופן די נומערן מיט אייער מויל, ווען איינער רופט אייך אדער רעדט צו אייך, וועט די מוזיק אויפהערן שפילן און איר וועט אים הערן דורך די ספיקערס, און איר קענט גלייך צוריקרעדן צו אייער ווינדשילד... און דער אנדערער זייט וועט אייך הערן קלאר און דייטליך.
יז) היינטיגע אויטאס וועלן אייך מכבד זיין מיט "קאלטס און ווארעמס". אט הערט נאר: ס'איז ווינטער צופרי, עס הערשט א פראסט. איר קומט אריין אין אייער קאר, און מיט א דרוק פון א קענפל – אסאך אויטאס קען דאס שוין מאכן ווען איר דרוקט דעם "קי פאב" – קענט איר אנהייצן אייערע זיצן, סיי די פון פארנט און סיי די אונטערשטע זיצן אין געוויסע טייערע אויטאס, און אזוי אויך די סטירינג ווהיל ווערט פיין ווארעם... א חוץ דעם וואס די "צענטראלע הייצונג" (סטיעם בלע"ז) ארבעט ווי אויבנדערמאנט, עס שפירט דעם מענטש. אזוי אויך אין דעם הייסן זומער, ווערן די זיצן אפגעקילט... אין צוגאב צו דעם עירקאנדישאן וואס שפירט אייער היץ און העלפט אייך גרינגער מאכן...פאר מער אינפארמאציע וועגן די טעמפעראטור וואס פילט דעם מענטש: http://www.lexus.com/models/LS/features/interior/executiveclass_seating.html
יח) און אז מען רעדט שוין פון די זיץ פלעצער, קען מען דען דערהייבן א פשוט'ע לעדערנע ווארימע אדער קאלטע זיץ? דאס איז שוין נישט גענוג. קודם איז פאראן LUMBAR SUPPORT, וואס טוט הארט מאכן די זיץ אויף געוויסע פאזיציעס ביים רוקן, אז טאמער איז אייך אומבאקוועם איין וועג, קענט איר אייך באקוועמער מאכן. אויסער דעם וועט אייך דער זיץ "מאסאדזשן"... זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז נישט אזוי געשמאק ווי א ריכטיגע מענטשליכע מאסאדזש, אבער הכל ריוח... (טיפ: אויב האט איר א פשוט'ערע קאר און איר ווילט האבן אזא מאסאדזשער, קענט איר דאס קויפן אין סיי וועלכע אויטא געשעפט פאר א 50 דאלער בערך – איר פלאגט דאס איין אינעם סיגערעט לייטער אדער אנדערע DC פלאג).
יט) יא, נאכאמאל פון קאלטס און ווארעמס. איר קומט אריין אין אויטא מיט א הייסע קאווע, איר גייט יעצט פארן פאר צוויי שעה. וויאזוי האלט זיך די קאווע הייס? און פארקערט, איר האט א קאלטע סלאש זומער, און איר ווילט נישט די גאנצע אויסטרינקען אויפן פלאץ נאר לאזן אביסל פאר א שעה ארום... אבער עס וועט דאך שוין זיין אינגאנצן ווארעם?... נישט געזארגט, די "קאפ האלטערס" (וואס זענען שוין באלויכטן אין אסאך אויטאס) האבן א סעטינג פאר קאלט און הייס! שטעלט נאר אן דעם טעמפעראטור, און דאס איבריגע וועט שוין דער קאפ-האלטער קער נעמען (איך זאג "קאפ האלטער", קענט איר נאך "האלטן קאפ" צו די אלע צעדרייטע זאכן?)
כ) איידער מיר גייען ווייטער, מיר האבן שוין דערמאנט זיצן, סטיריא, סטירינג ווהיל, שפיגלען, סטיעם מיט עירקאנדישאן.... ווי איר ווייסט זענען נישט קיין צוויי מענטשן די זעלבע. יעדער האט ליב אנדערש. אנדערש אנגעשטעלט די זיצן; אנדערש אנגעדרייט די שפיגלען; אנדערש אויפגעסעט דעם סטירינג ווהיל (וואס אין רוב אויטאס קען מען דאס מאכן העכער און נידריגער און אויך "טעלעסקאפינג" ד.ה. אריינציהר און ארויסציר, און אין די לוקסוזעריע אויטאס קומט דאס מיט "פאוער" – מיט איין קנעפל קענט איר דאס אנשטעלן); איינער האט ליב קעלטער דער צווייטער ווארימער; איינער האט ליב צו הערן נייעס אויף די ראדיא און דער צווייטער פאליטיק און דער דריטער קלאסישע מוזיק. וואס קען מען טאן דערצו, ספעציעל ווען ס'איז פאראן צוויי דרייווערס אין די זעלבע קאר? איז פאראן א "מעמארי סיסטעם" וואס טוט געדענקען אלע דיינע סעטטינגס (נישט יעדע אויטא האט אלע אויבנדערמאנטע, אבער א חלק יא), און מיט איין קנעפל – בעסער געזאגט מען קען אנשטעלן ביידע קי-פאב'ס (דאס איז די רעמאוט אנלאק וואס איז אויפן שליסל) אז איינס זאל זיין פאר ראובן און די צווייטע פאר שמעון, און מ'דרוקט נאר אנלאק און אלע סעטטינגס שטעלן זיך אן אויפן מאמענט! נישט נאר דאס, נאר קודם וועט זיך דער זיץ דערנידערן ווי א עניו און די סטירינג ווהיל וועט זיך ארויסשטופן, כדי די ברייטע אמעריקאנער זאלן געמיטליך קענען אריינגיין אן קיין שטופעניש און אן קיין שוועריגקייטן, און ווען מען זיצט שוין און די קאר סטארט זיך, גייט אלעס צום ריכטיגן פאזיציע. די זיצן הייבן זיך אויטאמאטיש ווי אזוי איר האט ליב, און אזוי אויך דער סטירינג ווהיל.
תאוות עולם הזה!
המשך יבא אי"ה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2006 06:38 |
|
| |
קנאו איט אלל,
לפי ידיעתי האבן רוב היימישע אידן אין אנטווערפן און אין אנדערע יוראפעאישע לענדער, קארס פון די מערצעדעס פירמע און אפילו וואלקסוואגן.
זאג נאר: טיילענאל האסטו שוין אמאל גענומען? דאן גיב דעם סאלוט!
אללוועיס,
שכוייח פאר דיין אינפארמאציע.
מיין ריסערטש ביזדערווייל איז בלויז געווען אויבערפלעכליך, איך בין נאכנישט אריין לעומקן של הדברים די חילוקים צווישן די במוו מאדעלן.
בעיקר וואס דער X5 איז מיר געפאלן, איז ווייל עס איז גרעסער פון א קאר בבחינת מיני ווען, אבער נאך א טיפערן בליק זעה איך אז עס האט טאקע נישט קיין סיעטס אין די בעק, עס ענדלט אין די לעקסאס מאדעל וואס דרייט זיך ביים היימישן עולם לעצטענס.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2006 05:48 |
|
| |
שמעק
האסט פארגעסן פון א וויכטיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס טייל האבן (לעקסוס זיכער).
ווען דו שטעלסט אן צו פארן אויף "קרוז", וועט עס אויטאמאטיש שפירן ווען א קאר איז פארנט פון דיר און וועט אראפברעיקען וויפיל עס פעלט אויס, און ווען עס ווערט צוריק ליידיג אין פארנט , וועט עס אליין צוריק ארויפציען צום אנגעשטעלטן ספיד.
מלוה מלכה
BMW איז טאקע גאר פארגעשריטן און אויב האנדלסטו דיר איין א 745 וועסטו דארט זען מער טעכנאלאגישע פיטשערס ווי אלע אנדערע (דורכשניטליך טייערע) קארס, . דער דזשי פי עס , סטיעם, סידי, וכדומה ווערן קאנטראלירט דורך א גראבן מייזל (ווי ביים קאמפיוטער).
אבער די 5X איז גראדע נישט פון די ריכטיגע סחורה, זאגן די מבינים. עכ"פ, פרעג דיך בעסער נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2006 03:29 |
|
| |
און א BOSCH מאשין ווער האט דען נישט (אדער פלאנט נישט צו האבן) ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2006 02:27 |
|
| |
און "FORD" איז יא ריין? און די מעדיצינען פון IG FARBEN ימש"ו די פאבריצירער פון ZYKLON איז יא אויסגעהאלטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2006 01:23 |
|
| |
BMW איז איינע פון די פארגעשריטענסטע קאמפאניס אין דער וועלט. אזוי אויך מערצעדעס בענז. ביידע קאמפאניס האבן טייערע אויטאס, אנגעהויבן פון ארום 50,000 דאלער, ארויף ביז בערך 150,000. אבער זיי זענען נישט זייער רעלייעבל, הגם זייער קוואליטי איז מורא'דיג, אבער מיט אזויפיל טויזענטער עלעקטראניקס און טעכנאלאגיע, איז לא ימלט אז עס זאל זיך נישט מאכן פראבלעמען. "קאנסומער רעפארטס" האט טאקע שלעכטע אינפארמאציע אויף די קאמפאניס, און זאגט אז טראץ דעם וואס זיי זענען גוטע אויטאס, זיצן זיי זייער אפט ביים מעקעניק - און אויך דארט דארף מען רחמי שמים אז צווישן די טויזענטער קאמפיוטערייזד מאשינען זאל מען צוטרעפן דעם ריכטיגן פראבלעם. זיי זענען ביידע דייטשע קאמפאניס.
רבותי, איך מיין אז זאכן וואס ווערן היינט-צו-טאגס געמאכט אין ג'רמני (דייטשלאנד) האט שוין נישט קיין שייכות מיט נאציס און הייל היטלער. נישט אז מען איז זיי מוחל די פארגאנגענהייט, אבער אין די תורה זעען מיר אויכעט אז לא יומתו בנים על אבות, זייערע עלטערן און זיידעס זענען געווען רוצחים אכזריים ימש"ו, אבער היינט פרובירן זיי צו זיין וואויל צו די אידן, און די אידן וועלכע וואוינען דארט היינט צו טאגס האבן זייער ווייניג פראבלעמען אין דייטשלאנד - די רעגירונג איז זייער "נייס" צו זיי. (לכה"פ לפנים).
עס איז נאריש צו זאגן אז נוצן א דייטשע פראדוקט טוט סאלוטירן דעם ימח שמו'ניק היטלער ימשו"ז, הונדערטער זאכן ווערן דארט געמאכט און אידן נוצן דאס ביודעים ובלא יודעים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 23:58 |
|
| |
and what is about loprox gel (for fongus) what is also from germany ?, i think its stupid kanues
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 22:08 |
|
| |
A Heimishe Yid who purchases a BMW deserves the ultimate Salute......
Heil H....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 18:58 |
|
| |
מיר וועסטו מוזן געבן א היטש...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2006 06:47 |
|
| |
איז BMW טאקע אזוי פארגעשריטן?
לעצטענס איז מיר אריין א דיבוק צו קויפן\ליעסן א X5 מאדעל,
עס איז זייער א שיינער עלעגאנטישער קאר.
די פראבלעם איז נאר מיט די פּאַרטס וואס מען קען דא נישט באקומען.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|