מכתב: ברעסלאוו או ברסלב??
http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=2479
בראַסלאַוו נישט ברעסלעוו
חשובער רעדאַקטאָר:
דער גרויסער שרייבער און געלערנטער ר' הירשע=דוד כ''ץ פון ווילנע האָט אָנגעפרעגט וועגן דעם
ריכטיקן אויסדרוק פון דער שטאָט ''ברסלב'', וועלכע געפינט זיך אין אוקראַינע. פּראָפעסאָר כ''ץ שרייבט
אַז ער האָט געהערט אוקראַינער אידן זאָגנדיק ''בראָסלאָוו'' (מיט אַ ''קמץ''), טראָץ דעם וואָס די וועלט
זאָגט ''ברעסלעוו'' מיט אַ ''סגול''.
איך גלויב אַז איך קען לייזן זיין רעטעניש.
אין די הונדערטער בריוו פון רבי נתן ברעסלעווער זי''ע, ווערט שטענדיק געחתמעט ''ברסלב''. רבי
נתן, אויסער דעם וואָס ער איז געווען אַליין אַ גאון אין נגלה, איז ער אויך געווען אַן איידעם ביי
ר' דוד צבי אויערבאַך ז''ל, וועלכער האָט בזמנו געשמט אַלס איינער פון די וועלט-גאונים (זע ''שם
הגדולים החדש'', וואו ער שרייבט אויף אים ''גאון מפורסם''). דער דאָזיקער רבי דוד צבי איז געווען
רב פון דער שטעט קרעמניץ, שאריגראד און מאָהליוו, און איז געווען באַקאַנט אַלס אַ מומחה אין שמות
גיטין (אין ''פּתחי תשובה'', אין די הלכות פון ''שמות גיטין'', טרעפן מיר אַז פאַרשידענע פּוסקים האָבן
זיך שטאַרק גערעכנט מיט זיין דעה). ווען די דאָזיקע גאונים האָבן געשריבן נעמען פון שטעט האָבן
זיי געדאַרפט פאַרזיכערן אַז די נעמען זענען זייער מדוייק, היות אַז דאָס איז געווען נוגע להלכה,
למשל, ווי מ'שרייבט דעם נאָמען פון שטאָט אין אַ גט.
וויבאַלד מען דאַרף אָננעמען, אַז די דערמאָנטע גאונים האָבן אויסשליסלעך געשריבן אין איינקלאַנג מיט
דער הלכה, איז קלאָר אַז פון אַ הלכהשן שטאַנדפּונקט דאַרף מען שרייבן ''ברסלב''.
ווי באַוואוסט, ווערט אויף (אַלט) אידיש געשריבן אַן ע' פאַר אַ סגול, אַ י' פאַר אַ צירי אָדער חיריק,
אַ ו' פאַר אַ חולם אָדער מלאפּום, און אַן א' אויסשליסלעך פאַר אַ קמץ. אַ שבא אָדער אַ פּתח (אין אַלט
אידיש) האָט ניט קיין אות צו ווייזן אויף זייער אויסדרוק, ווי עס ווייזט אויס, איז די סיבה
דערפאַר, ווייל די צוויי נקודות ווערן געזאָגט זייער שנעל. אויך, צוליב וועלכער סיבה, פלעגט מען
זיך באַנוצן אין אוקראַינע ביים ענדע וואָרט מיט אַ ''ב'' אנשטאט ''וו''. זע, צום ביישפּיל, ווי אַזוי
די אוקראַאינער גאונים האָבן געשריבן די שטעט ''באַרדיטשוב'', ''זסלב'' (זאָסלאָוו), ''דשיב'',
''נעמיראב'', ''סטאַניסלאָב'', און דאָס גלייכן.
פון דעם אַלעם איז קלאָר, אַז דער ריכטיקער אויסדרוק איז ''בראַסלאַוו'', מיט אַ פּתח. אלא מאי, דאָס
וואָס ר' הירשע=דוד האָט געהערט פון אוקראַינער אָדער פּאָדאָליער אידן זאָגנדיק דעם וואָרט מיט אַ קמץ,
איז דערפאַר, ווייל זיי דריקן-אויס יעדן פּתח מיט אַ קמץ. הערט זיך גוט צו, וועט איר הערן ווי
זיי זאָגן: טאָטע, מאָמע, אָלטע, וואָסער, געגאָנגען, און דאָס גלייכן (און אפילו ''גוט שאָבעס''), אַלץ
מיט אַן אויסדרוק פון אַ קמץ.
דאָס וואָס די וועלט היינט זאָגט ברסלב מיט אַ סגול, און שרייבט טאַקע ''ברעסלעוו'' מיט עין'ס, דאַכט
זיך מיר, איז אַ טעות וואָס איז געוואָרן איינגעוואָרצלט דורך חסידישע אידן נאָך אין פּוילן.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער טעמע, האַלט איך אַז ס'איז אויך כדאי אייך צו דערציילן, אַז מיט עטלעכע
יאָר צוריק בין איך געווען אין אוקראַינע, אין דער אומגעגנט פון אָט דער שטאָט (ברסלב). פאָרנדיק
מיט אַ גויאישן טעקסי-דרייווער, איז מיר אַליין אויפגעגאַנגען אויפן געדאַנק אייער רעטעניש, און
איך האָב איר געוואָלט לייזן אויף אַ וועג וואָס ס'וועט ניט איבערבלייבן קיין שום צווייפל. האָב
איך געפרעגט דעם גויאישן טעקסי-דרייווער: ווי הייסט די שטאָט, ברעסלעוו (מיט עין'ס), אָדער
בראַסלאַוו (מיט פּתח'ס), האָט מיר געענטפערט: ''בראַסלאַוו''.
איצט, ממש אין לעצטן מאָמענט, האָט מיר מיין זון געוויזן אינעם ספר ''עצי הלבנון'' (פונעם
קעשינאָווער רב, הרב צירעלסאָהן ז''ל) סימן ק''ג, אַז די אידן פלעגן זאָגן דעם ב' און ר' פון ברסלב
מיט אַ פּתח (בראַס...), נאָר דעם ל' פלעגן זיי זאָגן עפּעס אינצווישן אַ חיריק און אַ סגול, און
דעריבער פלעגן זיי שרייבן ''ברסליב''. דאַקעגן די גויים פלעגן זאָגן ''ברצלב'', מיט אַ צדי''ק אָנשטאט
אַ סמ''ך, אָבער זיי האָבן דעם ב'-ר' און דעם ל' פון ברסלב געלייענט אַלץ מיט אַ פּתח (ענלעך ווי דער
גוי'אישער טעקסי-דרייווער האָט מיר געזאָגט), בראַצלאַוו.
מיט ווירדע,
איינער פון אייערע לייענער,
שמואל ארצי
 |
|
|